אָפֿט געפֿרעגטע פֿראַגעס איבער קאָראָנאַ װײרוס (COVID-19)

הגם COVID-19 האָט אָנגעמאַכט שװעריגקײטן, אַרבעטן מיר אַלע אין מעמאָריעל סלאָון קעטערינג (Memorial Sloan Kettering) צוזאַמען כדי אײך צו צושטעלן די בעסטע קענסער קעיר. די אינפֿאָרמאַציע ענטפֿערט אײניגע אָפֿט געפֿרעגטע פֿראַגעס װיאַזױ COVID-19 קען אַפֿעקטירן אײך, אײער געזונט און אײער קענסער קעיר. די אינפֿאָרמאַציע איז לעצט אפּדעיטעד געװאָרן דעם 14טן מײַ, 2020

Back to top

פֿאַקטן איבער COVID-19

װאָס איז דער קאָראָנאַ װײרוס?

עס זענען פֿאַראַן פֿילע טײפּס קאָראָנאַ װירוסן. דער סאָרט קאָראָנאַ װײרוס װאָס איז אינמיטן דעם הײנטיגן אױסברוך אין אַ נײער װײרוס, װאָס הײסט SARS-CoV-2 און װאָס פֿאַראורזאַכט די מחלה COVID-19. די מחלה קען גורם זײן מילדע ביז גאָר שװערע רעספּירעטאָרי (אָטעם) פּראָבלעמען, װאָס קענען זײן ערנסט, באַזונדערס אין עלטערע מענטשן און מענטשן מיט אַנדערע געזונט פּראָבלעמען, אַרײנגערעכנט קענסער.

װיאַזױ פֿאַרשפּרײט זיך COVID-19?

COVID-19 פֿאַרשפּרײט זיך פֿון מענטש צו מענטש דורך טראָפּנדלעך װען אַ מענטש װאָס האָט עס הוסט אָדער ניסט נאָענט צו אַן אַנדערן מענטש, אַזױ װי די געװענליכע פֿאַרקילעכץ אָדער פֿלו פֿאַרשפּרײט זיך..

װאָס זענען די סימנים פֿון COVID-19?

COVID-19 פֿאַראורזאַכט סימפּטאָמען װאָס זענען ענליך צו פֿאַרקילעכץ אָדער פֿלו. זײ קענען אײנשליסן פֿיבער, הוסט אָדער שװעריגקײט צו אָטעמען. אײניגע מענטשן באַריכטן אױך אַז זײ האָבן פֿאַרלױרן דעם חוש הטעם אָדער חוש הריח, האבן װײטאָגן אין דעם גאַנצן קערפּער, קאָפּ װײטאָגן, און שילשול.

זי זענען פֿאַראַן באַזונדערע זאָרגן פֿאַר מענשטן מיט קענסער?

מענטשן מיט קענסער האָבן אָפֿט אַן אָפּגעשװאַכטע אימיון סיסטעם. אַַן אָפּגעשװאַכטע אימיון סיסטעם הײסט אַז עס איז שװערער פֿאַר דעם קערפּער צו באַקעמפֿן קראַנקהײטן. אױב איר האָט קענסער, איז װיכטיג אַז איר און אײערע משפּחה מיטגלידער זאָלן אױפֿמערקזאַם פֿאָלגן שריט כדי זיך צו באַשיצן, בעיקר זיך װאַשן די הענט. מיר רעקאָמענדירן אַז איר זאָלט רעדן מיט אײער העלטקעיר פּראָװײדער אױב איר זענט באַזאָרגט אַז אײער ריזיקע פֿון COVID-19 איז העכער צוליב אָנגײענדע אָדער פֿאַרגאַנגענע קענסער באַהאַנדלונג.

װיאַזױ זאָל איך זיך האַלטן אפּ־טו־דעיט מיט די לעצטע אַנטװיקלונגען איבער COVID-19?

קוקט אָפֿט דורך דעם בלאַט פֿאַר די לעצטערע אַפּדעיטס פֿון MSK. איר קענט אױך טרעפֿן ענטפֿערס אױף נאָך אָפֿט געפֿרעגרע פֿראַגעס אָדער לערנען מער דורך באַזוכן די בלעטער פֿון די װעבסײטס פֿון די צענטערס פֿאַר קראַנקהײט קאָנטראָל און פֿאַרמײדונג (Centers for Disease Control and Prevention) (www.cdc.gov) און דעם ניו יאָרק סיטי דעפּאַרטמענט אַװ העלט און מענטאַל הײדזשין (New York City Department of Health and Mental Hygiene) (www1.nyc.gov)

Back to top

אַרײנקומען אין MSK

װאָס דאַרף איך טאָן אױב איך גײ צו אַן אַפּױנטמענט אין MSK?

עמיצער פֿון אײער MSK דאָקטאָר’ס אָפֿיס װעט זיך פֿאַרבינדן מיט אײך עטליכע טעג פֿאַר אײער אַפּױנטמענט צו ערקלערן װיאַזױ זיך צוצוגרײטן צום באַזוך. מען װעט אײַך געבן אינסטרוקציעס װאוהין איר זאָלט גײן און װעלכע ספּעציעלע פּראָצעדורן איר דאַרפֿט פֿאָלגן װען איר טשעקט אַרײן.

בעפֿאָר אײער באַזוך װעלן מיר אײך בעטן אױסצופֿילן אַ סקרינינג אַנקעטע, װי אױך ענטפֿערן פֿראַגעס אױפֿ’ן טעלעפֿאָן. סקרינינג פֿאַר COVID-19 איז אַ װיכטיגער חלק פֿון פֿאַרמײדן די פֿאַרשפּרײטונג פֿון די מחלה. אױב איר באַקומט סימפּטאָמען װי פֿאַרקילעכץ אָדער פֿלו (פֿיבער, הוסט, שװעריגקײטן מיט אָטעמען, װײטאָגן אין דעם קערפּער אָדער טשילס) נאָכדעם װאָס איר האָט געענטפֿערט יענע פֿראַגעס, רופֿט אײער MSK דאָקטאָר’ס אָפֿיס אײדער איר קומט אין MSK.

לטובת די זיכערהײט פֿון אונזערע פּאַציענטן און אָנגעשטעלטע, באַגרעניצן מיר די צאָל מענטשן אין אונזערע פֿאַסיליטיס. מיר האָבן פֿאַרלענגערט די צײט צװישן אַפּױנטמענטס און מיר ערלױבן נישט אַז פּאַציענטן זאָלן האָבן באַזוכער אָדער אַז אַנדערע זאָלן בלײבן מיט זײ במשך אַפּױנטמענטס, מיט באַגרעניצטע אױסנאַמען. די באַזוכער פּאָליסי גײט אָן פֿאַר אַלע MSK אין־פּאַציענט און אַוט־פּאַציענט לאָקאַלן, אַרײנגערעכנט מעמאָריעל שפּיטאָל (Memorial Hospital) און איז אין קראַפֿט ביז מען װעט אַנדערש מעלדן. מיר פֿאַרשטײן װי װיכטיג עס איז פֿאַר אײערע נאָענטע צו נעמען אָנטײל אין אײער קעיר, און מיר װעלן אײך העלפֿן זײ אַרײנצוברענגען אינעם אַפּױנטמענט נוצנדיג די טעכנאָלאָגיע אין אונזערע באַהאַנדלונג זאָנעס אָדער אױף אײער אײגענע געצײג. אױב איר האָט נישט קײן פֿאָן אָדער קײן אַנדערע געצײג, װעלן מיר אײך צופֿרידענערהײט אױסבאָרגן אַ געצײג צו נוצן במשך דעם אַפּױנטמענט.

װען איר קומט אַרײן אין MSK, פֿאָלגט סײ װעלכע ספּעציעלע אינסטרוקציעס װאָס אײער העלטקעיר מאַנשאַפֿט האָט אײך געגעבן. אונזער אַן אָנגעשטעלטער װעט אײך געבן אַ מאַסקע. ביטע טראָגט יענע מאַסקע די גאַנצע צײט. איר װעט זען אַז אונזערע אָנגעשטעלטע טראָגן אױך מאַסקעס און איר װעט אפֿשר זען מענטשן װאָס האָבן אַנדערע באַשיצנדע אױסטשטאַטונג אױך, אַזױװי פּנים שילדן.

װען אײער אַפּױנטמענט האָט זיך פֿאַרענדיגט, קענט איר אױסקלײבן זיך זעלבסט אַרױסטשעקן בײם אַרױסגײן אָדער איר קענט אונז בעטן מיר זאָלן אײך קאָנטאַקטירן צו באַשטימען קומענדיגע אַפּױנטמענטס.

װאָס טוט MSK צו באַשיצן פּאַציענטן און אָנגעשטעלטע?

מיר האָבן אײנגעפֿירט די שטרענגסטע זיכערהײט מאַסנאַמען צו מאַכן זיכער אַז איר זאָלט װײטער באַקומען די װעלט-קלאַס קענסער קעיר װאָס איר ערװאַרט פֿון אונז אין די זיכערסטע ענװײראָנמענט װאָס איז נאָר מעגליך. די מאַסנאַמען שליסן אײן׃

  • פּאַציענט סקרינינגס: מיר סקרינען אַלע פּאַציענטן אַ טאָג פֿאַר דעם באַשטימטן באַזוך אין MSK. סקרינינגס װערן דורכגעפֿירט דורך אַ טעלעפֿאָן רוף, טעקסט מעסעדזש אָדער MyMSK, אונזער פּאַציענט פּאָרטעל.
  • באַגרעניצטער קאָנטאַקט׃ מיר האָבן באַגרעניצט די צאָל מענטשן װאָס קענען אַרײנקומען אין אונזערע אַנשטאַלטן דורך פֿאַרלענגערן די צײט צװישן באַזוכן פֿון פּאַציענטן, און אַפּדעיטן אונזער באַזוכער פּאָליסי, װאָס הײסט אַז פּאַציענטן זענען יעצט נישט עלױבט קײן געסט אָדער באַזוכער. מיר האָבן רעסורסן און טעכנאָלאָגיע צו ערמעגליכן אײערע נאָנטע אָדער װעם איר װילט זיך אָנשליסן אין אײער אַפּױנטמענט דורך טעלעפֿאָן אָדער טעבלעט.
  • טשעק־אין אינדרױסן׃ כדי איר זאָלט נישט דאַרפֿן װאַרטן אין אונזערע װאַרט צימערן װען נאָר מעגליך, האָבן מיר נײע טשעק־אין פּראָצעדורן װאָס איר קענט טאָן פֿון אײער קאַר אָדער פֿון די אַרײנגאַנגען אין אונזערע געבײדעס.
  • זױבערע און פֿאַרזיכערטע פּלאַץ׃ מיר האָבן נאָכמער פֿאַרבעסערט אונזערע קלינינג אָנשטרענגונגען צו דיסינפֿיצירן און סאַניטיזירן אַלע עפֿענטליכע זאָנעס און די װאָס מען באַרירט אָפֿט. מיר פֿאָדערן אױך אַז אַלע פּאַציענטן און אָנגעשטעלטע מוזן טראָגן מאַסקעס די גאַנצע צײט, װעלכע מיר שטעלן צו פֿאַר יעדן אײנעם װאָס קומט אַרײן אין אונזערע אַנשטאַלטן און װאָס האָט נישט קײן מאַסקע. אײניגע אָנגעשטעלטע טראָגן אױך הענטשקעס, כאַלאַטן, פּנים שילדן און אַנדערע אױסשטאַטונג פֿאַר אײער באַשיצונג.
  • קאָנטראָלירן די געזונט פֿון אָנגעשטעלטע: אַלע אָנגעשטעלטע װערן געסקרינט פֿאַר סײ װעלכע סימנים פֿון די מחלה און פֿירן אױס טעגליכע געזונט טשעקס אײדער זײ מעלדן זיך אױף די אַרבעט.
  • טעסטינג׃ אונזער COVID-19 טעסטינג אָפּערירט פֿולשטענדיג, װאָס ערמעגליכט אונז צו טעסטן פּאַציענטן און אָנגעשטעלטע אַזױ אָפֿט װי מען דאַרף. מיר קענען אױך באַשטעלן אַנטיבאָדי טעסטינג צו אידענטיפֿיצירן פֿריערדיגע אינפֿעקציעס אין פּאַציענטן און אָנגעשטעלטע.
  • װירטועל עקספּרעס אַרױסטשעקן׃אױב איר װילט נישט באַשטימען אײער קומענדיגע אַפּױנטמענט בײם אַרױסגײן, לאָזט אונז װיסן און מיר װעלן זיך פֿאַרבינדן מיט אײך בנוגע סײ װעלכע קומענדיגע אַפּױנטמענטס.

טוט MSK אָנבאָטן טעלעמעדיצין (טעלעבאַזוכן) פֿאַר פּאַציענטן אַלס אַן אַלטערנאַטיװ צו פּערזענליכע באַזוכן?

יאָ, MSK טוט אָנבאָטן טעלעמעדיצין, װאָס הײסט טעלעבאַזוכן. אַ טעלעבאַזוך איז װען אײער העלטקעיר פּראָװײדער נוצט אַ קאָמפּיוטער, סמאַרטפֿאָן אָדער טעבלעט צו זען אײך און רעדן מיט אײך. פֿרעגט בײ אײער העלטקעיר פּראָװײדער צי אַ טעלעבאַזוך איז אַ מעגליכקײט פֿאַר אײך.

זענען MSK לאָקאַלן אָפֿן?

יאָ, אונזערע אין־פּאַציענט און אָוט־פּאַציענט קלינישע לאָקאַלן בלײבן אָפֿן, און אונזערע העלטקעיר מאַנשאַפֿטן שטײען גרײט אײך צוצושטעלן די קעיר און באַהאַנדלונג װאָס איר דאַרפֿט. מיר באָטן אָן אַפּױנטמענטס פֿאַר נײע און עקזיסטירנדע פּאַציענטן. איר קענט באַשטימען אַ פּערזענליכע אַפּױנטמענט, אָדער אױב איר קענט נישט אָדער װילט נישט אַרײנקומען פֿאַר אַן אַפּױנטמענט, קענט איר פֿאַרלאַנגען אַ טעלעמעדיצין אַפּױנטמענט, װאו איר קענט רעדן מיט אונז באַקװעם פֿונדערהײם.

כדי װײטער צו צושטעלן פֿאַרזיכערטע און אױסגעצײכנטע קעיר פֿאַר אײך, זענען מיר צײטװײליג אריבערגעגאַנגען צו טעלעמעדיצין אַפּױנטמענטס אָדער רעדוצירט די שעה’ען פֿון אײניגע פֿון אונזערע פֿאַסיליטיס׃

  • בענדהײם אינטעגראַטיװע מעדיצין צענטער (Bendheim Integrative Medicine Center) (פֿאַרמאַכט ביז יוני 7)
  • טשאַרלס האַלאַק פּאַציענט פֿאַרװײלונג צענטער (Charles Hallac Patient Recreation Center) (אינערהאַלב מעמאָריעל שפּיטאָל)
  • סילערמאַן צענטער פֿאַר רעהאַביליטאַציע (איבערגעצױגן אין דעם ראָקפֿעלער אַוט־פּאַציענט פּאַװיליאָן (Rockefeller Outpatient Pavilion) בײ 53טע סטריט און דעם דײװיד ה. קאָך צענטער פֿאַר קענסער קעיר (David H. Koch Center for Cancer Care) בײ מעמאָריעל סלאָון קעטערינג קענסער צענטער)
  • ברוקלין אינפֿוזיע צענטער (Brooklyn Infusion Center) (פֿאַרמאַכט שבת ביז יוני 1)
  • MSK ראַלף לאָרען צענטער (Ralph Lauren Center) אין האַרלעם (אָפֿן מאָנטאָג און דינסטאָג אָנגעהױבן מײ 18)
  • קאַונסעלינג צענטער בײ 641 לעקסינגטאָן עװעניו (פֿאַרמאַכט ביז יוני 7)

די סערװיסעס װאָס מיר שטעלן געװענליך צו בײ די לאָקאַלן גײען אָן בײ אַנדערע לאָקאַלן און דורך טעלעבאַזוכן.

צי װעט MSK קענסלען סײ װעלכע אַפּױנטמענטס?

MSK איז אָפֿן און שטײט גרײט זיך צו זאָרגן פֿאַר אײך. אױב מיר דאַרפֿן טױשן אײנע פֿון אײערע אַפּױנטמענטס לטובת אײער זיכערהײט, װעט אַ מיטגליד פֿון אײער העלטקעיר מאַנשאַפֿט אײך רופֿן.

מיר פֿאַרשטײן אַז עס קען זײַן אַ סטרעס פֿאַר אײך אױב אײַער באַזוך, באַהאַנדלונג, פּראָצעדור אָדער אָפּעראַציע װערן געטױשט. איר זאָלט װיסן אַז די באַשלוסן װערן געמאַכט דורך אײער דאָקטאָר צוזאַמען מיט די איבעריגע מיטגלידער פֿון אײער העלטקעיר מאַנשאַפֿט נאָכדעם אַז זײ האָבן אױפֿמערקזאַם איבערגעקוקט אײערע מעדיצינישע קעיר און געברױכן. מיר װעלן באַשטימען אַ נײע אַפּױנטמענט פֿאַר אײך װען אײער העלטקעיר מאַנשאַפֿט האַלט אַז עס איז נישט קײן סכנה פֿאַר אײך.

אױב איר האָט פֿראַגעס אָדער זאָרגן איבער אײער קומענדיגע אַפּױנטמענט אָדער איבער קומען אין MSK, ביטע פֿאַרבינדט זיך מיט אײער העלטקעיר מאַנשאַפֿט.

צי נעמט MSK אָן נײע פּאַציענטן?

יאָ, MSK נעמט װײטער אָן נײע פּאַציענטן.

װיאַזױ קען איך מאַכן אַן אַפּױנטמענט אין MSK?

איר קענט פֿאַרלאַנגען אַן אַפּױנטמענט דורך רופֿן אײער MSK דאָקטאָר’ס אָפֿיס, רופֿן אונזער Patient Access Service אױף 800-525-2225 אָדער דורך באַזוכן אונז אָנלײן. אױב איר האָט פֿראַגעס איבער אַ קומענדיגע אַפּױנטמענט אָדער אױב אײער אַפּױנטמענט איז אָפּגערוקט געװאָרן, ביטע רופֿט אײער MSK דאָקטאָר’ס אָפֿיס פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע אָדער צו טױשן אײער אַפּױנטמענט אױב עס פֿעלט זיך אױס.

Back to top

פֿאַר משפּחה, פֿרײנד און קעירגעבערס

צי ערלױבט MSK באַזוכער?

נײן. פֿאַר אײער באַשיצונג ערלױבן מיר נישט אַז פּאַציענטן זאָלן האָבן באַזוכער אָדער אַז אַנדערע זאָלן בלײבן מיט זײ במשך אַפּױנטמענטס בײ אַלע אונזערע לאָקאַלן, מיט גאָר באַגרעניצטע אױסנאַמען. די פּאָליסי גײט אָן פֿאַר אַלע MSK אין־פּאַציענט און אַוט־פּאַציענט לאָקאַלן, אַרײנגערעכנט מעמאָריעל שפּיטאָל (Memorial Hospital) און איז אין קראַפֿט ביז מען װעט אַנדערש מעלדן. זעט אונזער באַזוכער פּאָליסי פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע.

מיר פֿאַרשטײען װי װיכטיג עס איז אַז אײערע נאָנטע זאָלן אָנטײל נעמען אין אײער קעיר, און מיר װעלן אײך העלפֿן שטײן אין פֿאַרבינדונג מיט זײ נוצנדיק טעכנאָלאָגיע. אױב איר האָט נישט קײן פאָון אָדער קײן אַנדערע געצײג, װעלן מיר אײך אױסבאָרגן אַ געצײג צו נוצן בשעת איז זענט אין MSK.

װיאַזױ קענען מײנע משפּחה מיטגלידער און פֿרײנד זיך פֿאַרבינדן מיט מיר אױב זײ זענען נישט ערלױבט צו באַזוכן?

אײערע משפּחה מיטגלידער און פֿרײנד קענען זיך פֿאַרבינדן מיט אײך דורך אַ טעלעפֿאָן רוף, טעקסט מעסעדזש אָדער װידעאָ-שמועס װען עס איז באַקװעם פֿאַר אײך. צי איר זענט האָספּיטאַליזירט געװאָרן אָדער איר זענט געקומען צו אַן אַוט־פּאַציענט אַפּױנטמענט, האָבן מיר טעבלעטס און אַנדערע געצײגן װאָס איר מעגט נוצן כדי שטײן אין פֿאַרבינדונג מיט אײערע נאָנטע בעת איר װערט באַהאַנדלט. במשך אײער אַוט־פּאַציענט אַפּױנטמענט קענען מיר אײך העלפֿן נוצנדיג טעכנאָלאָגיע אין אונזערע באַהאַנדלונג זאָנעס אָדער אױף אײער אײגענע געצײג. האָט איר נאָך נישט אױספּרובירט קײן װידעאָ־שמועסן? מיר װעלן אײך העלפֿן זיך צו לערנען װיאַזױ צו נוצן עפּס אױף אײער טעלעפֿאָן אָדער טעבלעט.

װאו קען איך טרעפֿן חיזוק אױב איך האָב אַ משפּחה מיטגליד אָדער אַ פֿרײנד מיט COVID-19 אין MSK?

אױב איר זאָרגט זיך פֿאַר אַ קראַנקן מיט COVID-19, האָבן מיר פֿילע רעסורסן אײך צו העלפֿן. איר קענט טרעפֿן חיזוק דורך אַ װירטועלע גרופּע ספּעציעל פֿאַר קעיר געבערס אָדער זיך פֿאַרבינדן מיט אַנדערע קעיר געבערס דורך אונזער קעיר געבער חיזוק פּראָגראַם. אױב איר געפֿינט זיך אין אַ סיטואַציע װען איר העלפֿט אַ פֿרײנד אָדער אַ משפּחה מיטגליד זיך אױסלהײלן פֿון COVID-19, האָבן מיר לערן רעסורסן אײך צו העלפֿן מיט זײער מעדיצינישע קעיר, װי אױך זיך אַן עצה געבן מיט דעם סטרעס װאָס איר קענט מעגליך שפּירן.

Back to top

חיזוק און רעסורסן פֿאַר MSK פּאַציענטן

צי זענען דאָ רעסורסן אין MSK צו העלפֿן מיר זיך אַן עצה געבן מיטן סטרעס פֿון COVID-19?

עס איז גאַנץ נאָרמאַל צו זײן אָנגעצױגן, אומעטיג אָדער באַזאָרגט צוליב COVID-19, בפֿרט װען איר זענט קראַנק אָדער עמיצער װעם איר האָט ליב איז קראַנק. עס זענען דאָ אסך זאַכן װאָס איר קענט טאָן צו געבן אַכטונג אױף זיך אַלײן און זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס, אַרײנגערעכנט שטײן אין פֿאַרבינדונג מיט די משפּחה און פֿרײנד, אױספּרובירן אָפּשפּאַנונג טעכניקעס, אָנפֿאַנגען אַ האָבי, און נעמען אַן איבעררײס פֿון די נײעס. MSK האָט פֿאַרשידענע רעסורסן אײך צו העלפֿן זיך אַן עצה געבן מיט די שװערע סיטואַציע. לערנט זיך מער איבער װיאַזױ זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט.

מיר האָבן געשאַפֿן נײע פּראָגראַמען און געטױשט עקזיסטירנדע פּראָגראַמען כדי נאָכצוקומען אײערע געברױכן במשך די שװערע צײט. באַזוכט װירטועלע פּראָגראַמען פֿאַר אַ ליסטע פֿון אונזערע אָנלײן לערן און חיזוק פּראָגראַמען װאָס װערן אָנגעפֿירט דורך אונזערע סאָשעל אַרבעטערס, דײַעטישאַנס און ספּעציאַליסטן. איר קענט אױך טרעפֿן מעדיטאַציע, גײדעד אימעדזשרי, באַװעגונג און אַנדערע קלאַסן אָנגעבאָטן דורך אונזער אינטעגראַטיװע מעדיצין סערװיס. אױב איר ליגט אין שפּיטאָל, קענט איר אױספּרובירן אײניגע פֿון אונזערע עצות צו בלײַבן רואיג און פֿאַרבונדן אָדער דורכקוקן אַ לײברערי פֿון באַרואיגנדע װידעאָס און מעדיטאַציעס אױף די אינטעראַקטיװע טעלעװיזיע סקרינס אין אונזערע אין־פּאַציענט צימערן.

איך האָב פֿינאַנציעלע שװעריגקײטן צוליב COVID-19. צי זענען דאָ סײ װעלכע רעסורסן צו העלפֿן מיט מײנע מעדיצינישע קאָסטן?

מיר פֿאַרשטײן אַזן פֿילע מענטשן האָבן פֿינאַנציעלע שװעריגקײטן צוליב COVID-19. מיר זעצן פֿאָר אָנצופֿירן מיט די Food to Overcome Outcome Disparities פּראָגראַם, װאָס שטעלט צו עסנװאַרג פֿאַר נױט־באַדערפֿנדע פּאַציענטן דורך אַהײמברענגען גראָסעריס און אָנבאָטן קערבסײד אױפֿפּיקן פֿאַר די װאָס קומען אין MSK פֿאַר אַן אַפּױנטמענט. אונזער פּאַציענט בילינג סערװיסעס מאַנשאַפֿט שטײט אױך גרײט אײך צו העלפֿן. ביטע רופֿט אונז אױף 646-227-3378 צו לערנען איבער פֿינאַנציעלע הילף אָפּציעס.

Back to top

COVID-19 סקרינינג און פֿאַרמײדונג

װיאַזױ אונטערזוכט MSK פּאַציענטן?

מיר אונטערזוכן אַלע פּאַציענטן פֿאַר COVID-19 סימפּטאָמען אײדער זײ קומען אַרײן אין סײ װעלכע MSK פֿאַסיליטי. אױב איר האָט סימפּטאָמען װי פֿאַרקילעכץ אָדער פֿלו (פֿיבער, הוסט, שװעריגקײטן מיט אָטעמען, װײטאָגן אין דעם קערפּער אָדער טשילס), רופֿט אײער MSK דאָקטאָר’ס אָפֿיס אײדער איר קומט אין MSK, אַפֿילו אױב איר האָט אַן אַפּױנטמענט.

װיאַזױ קען איך זיך באַשיצן פֿון כאַפּן COVID-19?

איר קענט זיך באַשיצן פֿון COVID-19 אױף דעם זעלבן אופֿן װי פֿון אַנדערע רעספּירעטאָרי אינפֿעקציעס, אַזױװי געװענליכע פֿאַרקילעכץ אָדער פֿלו.

  • װאַשט זיך אָפֿט די הענט, במשך כאָטש 20 סעקונדעס מיט זײף און װאַסער, אָדער נוצט אַלקאָהאָל־באַזירטע האַנט סאַניטײזער.
  • רירט זיך נישט אָן די אױגן, נאָז אָדער מױל מיט נישט געװאַשענע הענט.
  • דיזינפֿיצירט ערטער װאָס איר רירט אָפֿט אָן. דאָס רעכנט אַרײן טישן, טיר הענטלעך, לײט סװיטשעס, קאַונטערטאָפּס, הענטלעך, דעסקס, פֿאָונס, קיבאָורדס, טױלעטס, קראַנען און סינקס. די ענװײראָנמענטעל באַשיצונג אַגענטור (Environmental Protection Agency) האָט צוזאַמענגעשטעלט די ליסטע פֿון דיזינפֿיצירנדע פּראָדוקטן װאָס זענען באַװאוסט אַלס װירקזאַם קעגן קאָראָנאַ װײרוס.
  • בלײבט אינדערהײם אַזױ װײט װי מעגליך. אױב איר גײט אַרױס, האַלט אָן אַ זיכערע דיסטאַנץ פֿון כאָטש 6 פֿוס פֿון אַנדערע מענטשן און טראָגט אַ שטאָפֿענע פּנים צודעק אַזױװי אַ טיכל אין עפֿענטליכע ערטטער װאו עס איז שװער אָנצוהאַלטן אַ זיכערע דיסטאַנץ (אַזױװי גראָסערי סטאָרס און פֿאַרמאַסיס).
Back to top

COVID-19 טעסטינג און באַהאַנדלונג

קען מען מיך טעסטן פֿאַר COVID-19 אין MSK?

מיר אונטערזוכן אַלע פּאַציענטן פֿאַר סימפּטאָמען פֿון COVID-19 און טעסטן זײ װי עס פֿעלט זיך אױס. MSK טוט נישט אָנבאָטן קײן טעסטינג פֿאַר דעם אַלגעמײנע ציבור.

איך האָב באַמערקט אַז עס שטײט אין מײן פּאַציענט רעקאָרד אַז ’קאָראָנאַ װײרוס’ איז אױפֿגעדעקט געװאָרן אין מײנע לעב טעסטס. הײסט עס אַז איך קען מעגליך האָבן COVID-19?

נײן, עס הײסט דאָס נישט. די רוטין טעסטס װאָס מען מאַכט אין MSK טעסטירן בלױז פֿאַר די טײפּס קאָראָנאַ װײרוס װאָס עקזיסטירן שױן אַ לאַנגע צײט, אַזױװי די טײפּס װאָס זענען גורם די געװענליכע פֿאַרקילעכץ. אױב איר זענט געטעסטעט געװאָרן פֿאַר COVID-19 אין MSK, װעלן אײערע רעזולטאַטן זיך װײזן באַזונדערס אַלס COVID-19.

װיאַזױ װערט מען געטעסטעט פֿאַר COVID-19?

דער מערסט פֿאַרשפּרײטער אופֿן דורכצופֿירן דעם טעסט איז װען אַ העלטקעיר פּראָװײדער שלטעט אײַך אַרײן אַ סװאַב אין די נאָז צו קריגן אַ סעמפּל פֿון דעם הינטערשטן חלק פֿון די נאָז און גאָרגל.

אױב איך קריג COVID-19, װעט מען מיך שיקן אין אַן אַנדערע שפּיטאָל באַהאַנדלט צו װערן?

נײן. אױב איר קריגט קענסער באַהאַנדלונג אין MSK, װעט מען אײך נישט שיקן אין קײן אַנדערן שפּיטאָל אױב איר װערט קראַנק מיט COVID-19. אױב איר דאַרפֿט האָספּיטאַליזירט װערן, האָבן מיר ספּעציעלע יוניטס צו באַהאַנדלען מענטשן מיט COVID-19. אױב איר האָט COVID-19 און פֿילט זיך גענוג גוט צו בלײַבן אינדערהײם, װעלן די העלטקעיר פּראָװײדערס פֿון אונזער COVID-19 פֿאַרװאַלטונג פּראָגראַם (COVID-19 Management Program) זיך זאָרגן פֿאַר אײך.

װאָס דאַרף איך װיסן פֿון COVID-19 אַלס אַ קענסער איבערלעבער?

קענסער און קענסער באַהאַנדלונג קענען אָפּשװאַכן די אימון סיסטעם, אָבער װען באַהאַנדלונג ענדיגט זיך, װערט די אימון סיסטעם פֿון רוב מענטשן װידער געזונט. דער גרעסטער ריזיקע פֿאַקטאָר פֿון קריגן COVID-19 איז װערן אױסגעשטעלט צום װײרוס, דעריבער די מערסט עפֿעקטיװע זאַך װאָס איר קענט טאָן אַלס אַ קענסער איבערלעבער איז צו פֿאָלגן CDC אָנװײזונגען, אַזױװי סאָשעל דיסטענסינג און זיך װאַשן די הענט גאָט גוט. אױב איר זענט באַזאָרגט אַז אײער ריזיקע פֿון COVID-19 איז העכער צוליב פֿאַרגאַנגענע קענסער באַהאַנדלונג, רעדט מיט אײער העלטקעיר פּראָװײדער.

Back to top

Last Updated