זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט במשך COVID-19: אינפֿאָרמאַציע פֿאַר קענסער איבערלעבער

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 6 מינוטן

עס איז גאַנץ נאָרמאַל צו זײן אָנגעצױגן, אומעטיג אָדער באַזאָרגט איבער COVID-19. די עמאָציאָנאַלע, פֿיזישע און לעבנס שטײגער טױשן װאָס מיר מאַכן יעצט דורך קענען דערמאָנען אײך און אײער משפּחה פֿון אײער קענסער באַהאַנדלונג. פֿילע מענטשן װאָס מאַכן דורך אָדער האָבן דורכגעמאַכט קענסער באַהאַנדלונג זעען ענליכקײטן צװישן זײער איבערלעבונגען מיט קענסער און COVID-19, אַרײנגערעכנט׃

  • מען פֿילט זיך איזאָלירט (אײנזאַם אָדער דערװײטערט פֿון פֿרײנד און משפּחה)
  • מען זאָרגט זיך איבער דזשערמס
  • מען קען נישט טון געװיסע אַקטיװיטעטן
  • מען פֿאַרפּאַסט סאָציאַלע און לעבנס געשעענישן אָדער מײלשטײנער
  • מען טראַכט איבער טױט און שטאַרבן
  • מען זאָרגט זיך איבער צוקונפֿט
  • מען פֿילט זיך אומבאַהאָלפֿן אָדער כאילו מען האָט נישט קײן קאָנטראָל איבער דעם אײגענעם לעבן

צוליב COVID-19 קענט איר שפּירן פֿילע פֿאַרשידענע זאַכן אַלס אַ קענסער איבערלעבער. איר קענט שפּירן נענטער צו מענטשן װאָס פֿאַרשטײען אײער איבערלעבונג מיט קענסער. איר קענט שפּירן אַז איר קענט זיך אַן עצה געבן מיט סאָשעל דיסטענסינג בעסער װי רוב מענטשן. איר קענט אױך שפּירן גאָר פֿאַרדראָסן אַז די איבערלעבונגען קומען װידער פֿאָר נאָכדעם װאָס איר זענט שױן אַדורך די באַהאַנדלונג. איר קענט זײן אומגעדולדיג מיט מענטשן װאָס באַקלאָגן זיך איבער סאָשעל דיסטענסינג. דאָס זענען נאָרמאַלע רעאַקציעס צו דעם װאָס איר לעבט איבער. עס איז אָקעי צו שפּירן אַזױ, אָבער עס איז װיכטיג זיך אַן עצה געבן מיט אײער סטרעס און אומרואיגקײט כדי איר זאָלט קענען בלײבן פֿאַרזיכערט און געזונט במשך די צײט.

זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט במשך COVID-19

געדענקט אַז עס איז נישטאָ קײן ריכטיגער אָדער אומריכטיגער װעג זיך ספּראַװען מיט סטרעס פֿאַראורזאַכט דורך COVID-19. יעדער אײנער ספּראַװעט זיך אַנדערש. דא זענען פארשידענע זאכן וואס איר קענט טון אכטונג צו געבן אויף זיך אליין און זיך צו ספראווען מיט אייער אנגעצויגנקייט במשך די צייט. אויב זענט איר אן עלטערן פון א קענסער איבערלעבער, ליינט זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט במשך COVID-19: אינפֿאָרמאַציע פֿאַר עלטערן פֿון קענסער איבערלעבער.

זענט אינפֿאָרמירט און פֿאַרזיכערט

  • זענט אינפֿאָרמירט. עס איז װיכטיג זיך צו האַלטן אפּדעיטעד מיט די נײעס װאָס איז שײך COVID-19 כדי איר זאָלט בלײבן געזונט און אָפּגעהיט. מאַכט זיכער אַז איר קריגט די אינפֿאָרמאַציע פֿון קראַנטע און טרױבאַרע קװעלער, אַזױװי די װעבסײטס פֿון די צענטערס פֿאַר קראַנקהײט קאָנטראָל און פֿאַרמײדונג (Centers for Disease Control and Prevention) (www.cdc.gov) און דעם ניו יאָרק סיטי דעפּאַרטמענט אַװ העלט און מענטאַל הײדזשין (New York City Department of Health and Mental Hygiene) (www1.nyc.gov).
  • נעמט אַן איבעררײס פֿון די נײעס װען איר דאַרפֿט עס. הגם עס איז װיכטיג זיך צו האַלטן אפּדעיטעד מיט די נײעס במשך די צײט, קען מען זיך שפּירן איבערגעװעלטיגט. נעמט איבעררײסן פֿון קוקן, לײענען און זיך צוהערן צו די נײעס, אַרײנגערעכנט סאָשעל מידיאַ, װען איר שפּירט זיך אומרואיִג.
  • פֿאַרשטײט אײער ריזיקע. רעדט מיט אײער העלטקעיר פּראָװײדער איבער אײער ריזיקע פֿון COVID-19. הגם אײניגע קענסער באַהאַנדלונגען קענען אָפּשװאַכן די אימון סיסטעם אַזױ אַז עס װערט שװערער פֿאַר דעם קערפּער צו באַקעמפֿען קרענק, װערט דער קערפּער געװענליך װידער געזונט נאָכדעם װאָס די באַהאַנדלונג ענדיגט זיך. דאָס װאָס איר האָט געהאַט קענסער מײנט נישט אַז איר האָט אַ העכערע ריזיקע פֿון COVID-19, אָבער איר זאָלט נאָכאַלץ פֿאָלגן CDC אָנװײזונגען, אזױװי זיך װאַשן אָפֿט די הענט און פֿאַרמײדן נאָנטן קאָנטאַקט מיט מענטשן װאָס זענען קראַנק אָדער װאָס װאױנען נישט צוזאַמען מיט אײך, כדי זיך צו באַשיצן.
  • פֿאָקוסירט זיך אױף דעם װאָס איר װײסט און קענט טון. כאָטש עס זענען דאָ פֿילע זאַכן װאָס מיר װײסן נישט איבער COVID-19, פֿאָקוסירט זיך אױף דעם װאָס איר װײסט יאָ איבער דעם װירוס און װיאַזױ זיך צו באַשיצן. פֿאָלגט CDC אָנװײזונגען און געדענקט אַז איר זענט מער צוגעגרײט זײ אױסצופֿאָלגן װי אַנדערע, אָבער אױך אַז איר זענט אַצינד נישט אַלײן.

גיט אַכטונג אױף אײער קערפּער

  • געבט אַכטונג אױף אײער קערפּער. אױב איר גיט אַכטונג אױף אײער קערפּער, װעט איר זיך שפּירן בעסער און עס קען העלפֿן אײך אָפּהיטן פֿון װערן קראַנק. פּרובירט צו עסן געזונטע מאָלצײטן, טרינקען כאָטש 6 ביז 8 (8-אָנזן) גלעזער װאַסער אַ טאָג, טאָן לײכטע פיזישע אַקטיװיטעטן (אַזױװי סטרעטשינג) און שלאָפן כאָטש 7 שעה.
    • טוט איבונגען מיט מעמאָריעל סלאָון קעטערינג (MSK) קלינישע פֿיטנעס ספּעציאַליסטן דורך באַקוקן אונזערע איבונגען װידעאָ סעריעס. װידעאָס שליסן אײן אַעראָביקס, כוח טרענירונג, קאָר אַרבעט און אײדעלע סטרעטשינג.
    • פּרובירט טײ טשי מיט MSK’ס מאַרשעל אַרטס טרענירערס דורך באַזוכן www.mskcc.org/taichi. טײ טשי איז אַן אײדעלע מין איבונג װאָס מען קען טאָן אינדערהײם צו פאַרבעסערן באַלאַנס, שטאַנדהאַפטיגע אָטעמען, און אַראָפּברענגען אומרואיגקײט.
  • פּרובירט אָפּשפּאַנונג טעכניקעס. אָפּשפּאַנונג טעכניקעס (אַזױװי טיף אָטעמען, סטרעטשינג און מעדיטאַציע) קענען אײך העלפֿן זיך ספּראַװען מיט סטרעס.
    • הערט זיך צו צו אומזיסטע געפֿירטע מעדיטאַציעס כדי אײך צו העלפֿן זיך ספּראַװען מיט סטרעס, שלאָפֿן בעסער און זיך אָפּשפּאַנען דורך באַזוכן www.mskcc.org/meditation.
    • איר קענט אױך פּרובירן אַקופּרעשור (לײגן דרוק אױף קערפּערטײלן כדי זיך אָפּצושפּאַנען). זיך צו לערנען װיאַזױ צו טאָן אַקופּרעשור אױף זיך אַלײן, לײענט אונזער בלאַט Acupressure for Stress and Anxiety.
    • עס זענען אױך פֿאַראַן פֿילע אַפּליקאַציעס (אַפּס) װאָס איר קענט דאַונלאָודן אױף אײער סמאַרט געצײג (סמאַרטפֿאָן אָדער טעבלעט) כדי אײך צו העלפֿן זיך אָפּצושפּאַנען. בײשפּילן רעכענען אַרײן Headspace, Breethe, Mindfulness און Talkspace.

גיט אַכטונג אױף אײער גײסט.

  • אָנערקענט אײערע געפֿילן. אַקצעפּטירט אַז דאָס איז אַ שװערע צײט פֿאַר יעדן אײנעם, באַזונדערס די װאָס האָבן אָדער האָבן געהאַט קענסער. געדענקט אַז איר זענט נישט אַלײן אין דעם מצב. הגם איר קענט זיך שפּירן איבערגעװעלטיגט, איז דאָס צײטװײליג. איר װײסט אפֿשר נישט װיאַזױ די נײע נאָרמאַלקײט װעט אױסזען, אָבער איר װעט צוריקגײן צו אײער סדר היום אָדער איר װעט שאַפֿן נײע.
  • שטײט אין פאַרבינדונג מיט אײערע משפּחה מיטגלידער און פרײנד. הגם איר קענט זיך פּערזענליך נישט זען מיט די װעם איר האָט ליב, קענט איר זײ רופן, טעקסטן און װידעאָ-שמועסן מיט זײ. עס קען זײַן בײהילפיג צו פּלאַנען טעגליכע רופן מיט די װעם איר האָט ליב װאָס איר קענט פאָראױסקוקן דערצו. איר קענט אױך פּרובירן צו װידעאָ-שמועסן מיט אײער משפּחה בשעת מאָלצײטן אָדער צו שפּילן צוזאַמען.
  • האַלט מיט מיט אַ סדר היום. הגם אײער סדר היום האָט זיך אפֿשר געטױשט, פּרובירט צו שאַפֿן אַ נײע װעלכע איר קענט פֿאָלגן במשך די צײט. שטעלט קלײנע צילן פֿאַר’ן טאָג. געדענקט צו באַשטימען צײט צו רוען און נעמען אַן איבעררײס פון די נײעס.
  • פאַנגט אָן אַ נײע האָבי. אױב איר פאַרברענגט אסך צײט אינדערהײם, קענט איר פּרובירן אָנפאַנגען אַ נײע האָבי אָדער טאָן עפּעס װאָס איר האָט ליב צו טאָן אָבער האָט נישט געהאַט קײן סך צײט דערפאַר. איר קענט לײענען אַ בוך, לעזן אַ פּאַזל, פּרובירן אַ נײע רעסיפּי, אָדער זען אַ נײע פּראָגראַם אױף די טעלעװיזיע.
  • קריגט עמאָציאָנעלע חיזוק. MSK האָט פילע פּראָפעסיאָנאַלן, װאָלונטירן און חיזוק גרופּעס װאָס קענען אײך העלפן זיך אַן עצה געבן במשך די צײט. איר קענט זיך פֿאַרבינדן מיט סײ װעלכע רעסורסן אין דעם חלק װאָס הײסט “רעסורסן אין MSK”.
    • איר קענט זיך אָנשליסן אין אַ חיזוק גרופּע פֿאַר קענסער איבערלעבער. MSK’ס “רעסורסן פֿאַר לעבן נאָך קענסער” (RLAC) פּראָגראם האָט פֿאַרשידענע חיזוק גרופּעס פֿאַר מענטשן װאָס האָבן פֿאַרענדיגט באַהאַנדלט צו װערן. פֿרעגט בײ אײער העלטקעיר פּראָװײדער פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע איבער דעם פּראָגראַם אָדער רופֿט 646-888-8106.
    • איר קענט אױך געװאױר װערן צי אײער אַרבעט פּלאַץ האָט אַ ’הילף פאַר אָנגעשטעלטע’ פּראָגראַם (EAP). הילף פאַר אָנגעשטעלטע’ פּראָגראַמען (EAP) קענען זײן פאַרשידן, אָבער זײ אָפט שליסן אײן קאַונסעלינג פאַר סטרעס, אומרואיגקײט און דעפּרעסיע.

נישט קיין חילוק וויאזוי איר פילט, זענען מיר דא אייך צו שטיצן און מיר האבן ריסאורסעס וואס קענען העלפן. דעפרעסיע איז עפעס וואס קען ווערן באהאנדלט. אױב איר קריגט געדאַנקען פון זעלבסטמאָרד חלילה, קריגט הילף װאָס אַמשנעלסטן. איר קענט רופן די זעלבסטמארד און קריזיס לייפליין אויף 988. איר קענט אויך באזוכן זייער וועבסייט www.988lifeline.org צו טשעט’ן מיט א קאונסלער אנליין. איר קענט קאנטאקטן די לייפליין 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך.

רעסורסן אין MSK

עס מאַכט נישט אױס װאו איר זענט אױף די װעלט - חיזוק איז דאָ צו באַקומען פאַר אײך און אײער משפּחה. MSK טוט אָנבאָטן אַ רײע רעסורסן אײך צו העלפֿן זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט פֿאַראורזאַכט דורך COVID-19. רופט אײער דאָקטאָר’ס אָפיס פאַר מער אינפאָרמאַציע אָדער צו װערן פאַרבונדן מיט סײ װעלכע פון די רעסורסן.

סאציאלע ארבעט
212-639-7020
www.mskcc.org/experience/patient-support/counseling/social-work-support
אונזערע סאציאלע ארבעטערס שטעלן צו עמאציאנאלע שטיצע און הדרכה פאר פאציענטן און זייערע פאמיליעס, פריינט, און קעיר געבער. סאָשעל אַרבעט טוט אָנבאָטן פּראָגראַמען, אַרײנגערעכנט סײ פּנים־אל־פּנים, סײ אָנלײן חיזוק גרופּעס. סאָשעל אַרבעטערס זענען פאַראַן בײ יעדע MSK לאָקאַל. צו רעדן מיט אַ סאָציאַלע אַרבעטער, רופֿט 212-639-7020.

אױב איר זענט פֿאַראינטערעסירט זיך אָנצושליסן אין אַן אָנלײן חיזוק גרופּע, באַזוכט דעם װירטועלע פּראָגראַמען װעבסײט אױף www.mskcc.org/vp פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע און זיך אײנצושרײבן.

MSK’ס קאַונסלערס שטעלן צו קאַונסעלינג פאַר יחידים, משפּחות, קעירגעבערס און גרופּעס.


זײ קענען אױך פאַרשרײבן מעדיצינען צו העלפן מיט אומרואיגקײט, דעפּרעסיע, און אַנדערע פּראָבלעמען פון גײַסטישע געזונט. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע, רופֿט 646-888-0200.

גייסטיגע קעיר
212-639-5982
www.mskcc.org/spiritual-religious-care
ביי MSK,אונזערע טשאפלעינס (גייסטיגע קאונסעלארס) זענען גרייט אייך צו אויסהערן, העלפט שטיצן פאמיליע מיטגלידער, דאווענען, זיך פארבינדן מיט קאמיוניטי קלערגי אדער גלויבונג גרופעס, אדער פשוט אייך בארואיגן און געבן האפענונג. יעדער אײנער קען זיך זען מיט אַ טשעפּלען, אָפּגעװיזן פון זײער רעליגיע. MSK האָט אױך אַן אינטעררעליגיעזע טשעפּל װאָס איז אָפן פאַר אַלע. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע, רופֿט 212-639-5982.

אינטעגראטיוו מעדעצין סערוויס
www.mskcc.org/integrativemedicine
אונזער אינטעגראטיוו מעדיצין סערוויס שטעלט צו פילע סערוויסעס צו מיטגיין מיט טראדיציאנאלע מעדיצינישע קעיר, אריינגערעכנט מוזיק טעראפיע, מח/קערפער טעראפיעס, טאנצן און באוועגונגען טעראפיע, יאגע, און אנרירן טעראפיע. צו סקעדזשועלן אן אפוינטמענט פאר די סערוויסעס, רופט 646-449-1010.

איר קענט אויך סקעדזשועלן א קאנסולטאציע מיט א העלטקעיר פראוויידער אין די אינטעגראטיוו מעדעצין סערוויס. זיי וועלן ארבעטן מיט אייך אויפצוקומען מיט א פלאן צו צוזאמשטעלן א געזונטע לעבנסשטייגער און מענעדזשן זייטיגע ווירקונגען. צו מאכן אן אפוינטמענט, רופט 646-608-8550.

פאציענט און קעירגעבער עדיוקעישאן
www.mskcc.org/pe
באזוכט די פאציענט און קעירגעבער עדיוקעישאן וועבזייטל צו זוכן אויף אונזער ווירטועל לייברערי. איר קענט דאָרט טרעפן שריפטליכע לערן רעסורסן, װידעאָס און אָנלײן פּראָגראַמען.

ריסאורסעס פאר’ן לעבן נאך קענסער (Resources for Life After Cancer, RLAC)
646-888-8106
www.mskcc.org/experience/living-beyond-cancer/services-survivors
ביי MSK, קעיר ענדיגט זיך נישט ווען אייער באהאנדלונג ענדיגט זיך. דער RLAC פּראָגראַם איז פאַר פּאַציענטן און זײערע משפּחות װאָס האָבן פאַרענדיגט די באַהאַנדלונג. דער פּראָגראַם האָט פילע סערװיסעס, אַרײנגערעכנט סעמינאַרן, װאָרקשאָפּס, חיזוק גרופּעס, קאַונסעלינג איבער לעבן נאָך באַהאַנדלונג, און הילף מיט אינשורענס און עמפּלױמענט אישוס. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע, רופֿט 646-888-8106.

ווירטועל פראגראמען
www.mskcc.org/vp
מ.ס.ק.’ס ווירטועל פראגראמען שטעלן צו אנליין עדיוקעישאן און שטיצע פאר פאציענטן און קעירגעבערס, אפילו ווען איר קענט נישט קומען צו MSK פערזענליך. דורך לײװ אינטעראַקטיװע סעשאַנס קענט איר זיך לערנען איבער אײער דיאַגנאָז, װאָס צו ערװאַרטן במשך באַהאַנדלונג און װיאַזױ זיך צוגרײטן צו די פאַרשידענע שטאַפּלען אין אײער קענסער קעיר. סעשאַנס זענען קאָנפידענציעל, פרײ פון אָפּצאָל און װערן געפירט דורך קלינישע עקספּערטן. אױב איר זענט פֿאַראינטערעסירט זיך אָנשליסן אין אַ װירטועלע פּראָגראַם, באַזוכט אונזער װעבסײט אױף www.mskcc.org/vp פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע.

לעצט אַפּדעיטעד

מאָנטאָג, אַפּריל 24, 2023