וואס צו איינפאקן ווען איר קומט אין שפיטאל פאר אייער קינדער סטעם צעל טראספלאנט.

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 1 minute

די אינפארמאציע וועט אייך העלפן וויסן וואס צו ברענגען ווען איר קומט אין שפיטאל פאר אייער סטעם צעל טראנספלאנט. אין דעם וועגווייזער, גייט די ווארט “איר” ארויף אויף אייך אדער אייער קינד.

קליידער און שיך

  • לויזע, באקוועמע קליידער, אזויווי פידזשאמעס, ברייטע סוועדערס, און ברייטע הויזן.
    • ברענגט העמדער וועלכע עפענען זיך פון פארנט (אזויווי מיט קנעפלעך אדער א זיפער), אויב איר קענט. דאס מאכט עס גרינגער פאר אייער העלטקעיר שטאב גרופע צו האבן צוטריט צו אייער צענטראלע ווינעס קאטעטער (CVC).
    • ברענגט הויזן וואס האט א שטריק עס צו ארויפהאלטן ווי איידער א גומי, אויב איר קענט. דאס העלפט פארמיידן ווייטאג אויפ’ן הויט וואס פאסירט פון געוויסע כעמאטעראפיעס.
  • באדע-ראובס.
  • ריינע אונטערוועש.
  • פאנטאפל מיט נישט-גליטשיגע זוילן.
  • שיך צו טראגן ווען איר שפאצירט אין די קארידארן און בשעת אייער פיזישע טעראפיע (PT) און אקיופעישענאל טעראפיע (OT) איבונגען.

איר וועט דארפן טוישן אייערע קליידער יעדן טאג וואס איר זענט אין שפיטאל. עס איז דא א וואש צימער פאר אלעמען צוזאמען צו נוצן אויפ’ן יוניט, אבער איר וועט דארפן ברענגען אייער אייגענע הייפא-אלערדזשעניק זייף וואס האט נישט א שמעק. עטליכע ביישפילן זענען Tide® free & gentle, dreft®, און Arm & Hammer Sensitive Skin.

פרייוויליגע זאכן

איר קענט ברענגען אנדערע זאכן אייך צו מאכן באקוועם און צו העלפן די צייט אריבערגיין ווען איר זענט אין שפיטאל. אבער, פרובירט נישט צו ברענגען צופיל זאכן וואס דאס וועט מאכן אייער צימער זיין אנגעלייגט.

ביישפילן פון זאכן צו ברענגען רעכענען אריין:

  • שאלן אדער הוטן
  • קישענעס (אויסער פעדערנע קישענעס), דעקעס, דינע דעקעס, און בערעלעך.
    • ביטע וואשט אויס די אלע זאכן איידער איר ברענגט זיי אין שפיטאל.
  • א נעגל שניידער.
  • באצירונגען פאר’ן צימער, אזויווי בילדער.
  • ווידעאס.
  • א לעפטאפ, טאבלעט (אזויווי אן iPad), אדער געים שפילער.

עס איז דא א פרידזשידער פאר אלעמען צוזאמען אין די M9 פענטרי וואו איר קענט האלטן אביסל פון אייער בעסטע עסן.

ביטע האלט זיך נישט צוריק פון פרעגן אייער טראנספלאנט שטאב גרופע איבער סיי וועלכע נאך פערזענליכע זאכן וואס איר ווילט ברענגען צו מאכן אייער צייט אין שפיטאל מער געשמאק!

לעצט אַפּדעיטעד

מאָנטאָג, דעצעמבער 12, 2022