
ביטע טראָגט אַ מעסקע בשעת איר זענט בײ אונז, אַפילו װען איר זענט אין אײער צימער. עס איז באַװיזן געװאָרן אַז מאַסקעס זענען אײנע פון די עפעקטיװסטע אופנים צו פאַרזיכערן די געזונט און זיכערהײט פון אונזערע פּאַציענטן, אײנגעשטעלטע און באַזוכער.
צוריק אױבןצי דאַרף מײן קינד טראָגן אַ מאַסקע אין MSK?
אַלע קינדער װאָס זענען 2 יאָר אַלט און עלטער דאַרפן טראָגן אַ מאַסקע.
צוריק אױבןאיך בין אַ קעיר געבער, צי דאַרף איך טראָגן אַ מאַסקע אין MSK?
יאָ, עס איז װיכטיג אַז יעדער אײנער זאָל טראָגן אַ מאַסקע אין MSK.
צוריק אױבןװיאַזױ העפלט עס אױב מען טראָגט אַ מאַסקע?
צודעקן דעם מױל און די נאָז ברענגט היפּש אַראָפּ די שאַנסן פון פאַרשפּרײטן אינפעקציע דורך קלײנע טראָפּנדלעך װאָס קומען אַרױס פונעם מױל װען מען רעדט, ניסט אָדער הוסט.
צוריק אױבןװיאַזױ טראָגט מען אַ מאַסקע ריכטיג?
פּנים מאַסקעס דאַרפן צודעקן די נאָז, דעם מױל און די גאָמבע. אױב מעגליך, מאַכט צורעכט די מאַסקע כדי עס זאָל גוט אַרומכאַפּן דעם פּנים פון בײדע זײטן.
צוריק אױבןקען איך נעם די מאַסקע אַראָפּ?
יאָ, איר מעגט אַראָפּנעמען די מאַסקע װען איר עסט אָדער טרינקט. אױב אַן אײנגעשטעלטער אָדער באַזוכער קומט אַרײן אין אײער צימער, ביטע טוהט די מאַסקע װידער אָן.
צוריק אױבןװאָס אױב איך דאַרף אַ נײע מאַסקע?
אױב איר דאַרפט אַ נײע מאַסקע, פרעגט בײ סײ װעלכע מיטגליד פון אײער העלטקעיר מאַנשאַפט.
צוריק אױבן