פעדיעטריק אדווענסט קעיר טיעם (PACT) אנווייזונגען פאר נעמען אפיאוידס

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 3 מינוטן

דעם ריסארס אינהאלט וויכטיגע אינפארמאציע איבער PACT און נעמען אפיאוידס אויף א זיכערן אופן. אין דעם ריסארס, וועלן די ווערטער “איר” און “אייערע” זיך ווענדן צו אייך אדער אייער קינד.

PACT’s צוגאנג צו ווייטאג

אונז שטעלן צו א ווייטאג מענעדזשמענט פלאן פאר איר אין אייערע סארט ווייטאג דער בעסטע וועג צו בעהאנדלען ווייטאג איז צו נוצן פארשידענע כלים. מעדיצינען זענען נאר איינער פון די פולע כלים מיר נוצן. מיר נוצן אויך פיזישע און אקיופעישאנעל טעראפיע, גייסטישע געזונטהייט באהאנדלונגען, פראצעדורן, און אינטעגרעיטיוו מעדעצינישע באהאנדלונגען.

מענעדזשען ווייטאג מיט אפיאוידס

אפיאוידס זענען שטארקע ווייטאג מעדעצינען געוואנדן אויף צו העלפן מיט געוויסע סארטן ווייטאגן. אלע אפיאוידס ארבעטן אין ענדליכע וועגן און האבן ענדליכע זייטיגע ווירקונגען. שארט-אקטינג אפיאוידס ארבעטן פאר 3 ביז 4 שעה. לאנג-אקטינג אפיאוידס ארבעטן לענגער.

עטליכע געווענטליכע פרעסקרייבד אפיאוידס זענען:

  • ®Morphine: Duramorph (שארט-אקטינג), ®MS Contin (לאנג-אקטינג)
  • ®Oxycodone: Oxycontin (לאנג-אקטינג), ®Xtampza ER (לאנג-אקטינג)
  • ®Hydromorphone: Dilaudid (שארט-אקטינג), ®Exalgo (לאנג-אקטינג)
  • ®Fentanyl: Actiq (שארט-אקטינג), ®Fentora (שארט-אקטינג), ®Duragesic (לאנג-אקטינג)
  • Methadone (לאנג-אקטינג): ®Dolophine

אפיאוידס זענען נישט די ריכטיגע מעדעצין פאר יעדער סארט ווייטאג. מיר וועלן דיר געבן די מעדעצינען וואס ארבעט דאס בעסטע פאר די סארט ווייטאג איר האט.

אפיאוידס זײַטיגע װירקונגען

אפיאוידס קענען זיין זייער הילפבאר, אבער זיי קומען מיט וויכטיגע זייטיגע ווירקונגן און זיכערהייט זארגן. א PACT פראוויידער וועט רעדן מיט דיר איבער די ריזיקעס און בענעפיטן פאר איר הייבט אן נעמען אפיאוידס.

דאס זענען די מערסט באקאנטע זייטיגע ווירקונגען:

  • קאנסטיפעישאן (ארויסגיין ווייניגער ווי געווענליך)
  • קראצעניש איבער אייער גאנצע קערפער
  • איבל (מען שפּירט אַז מען גײט ברעכן)
  • ברעכן
  • פילן שלאפעדיג
  • פילן שווינדלונג אדער שוואכקייט אין קאפ

דאס זענען ווייניגער באקאנטע זייט ווירקונגען:

  • געשוועלאכץ אין אייער פיס
  • שװעריגקײט מיט אטעמען
  • שוועריקייט מיטן טראכטן קלאר
  • פארלירן קאארדינאציע (שוועריקייטן מיט קאנטרעלירן טיילן פון דיין קערפער)
  • נידריגע שטאפלן פון עסטראָגען און טעסטאַסטעראָון (רעפראדאקטיווע הארמאונס)
  • זכרון פראבלעמען
  • פלוצעמדיגע היצן אדער טרייסלונגען

אפיאוידס קען אויך גורם זיין טאלארענץ, אנגעוואנדנהייט, צוריקציאונג, און סובסטאנץ באנוץ דיסארדער (אדיקשאן).

אפיאויד טאלארענץ, אנגעוואנדנהייט, און צוריקצואונג

טאלארענץ איז ווען דיין קערפער ווערט צוגעוויינט צו א מעדעצין. ווען דאס געשעט, דארפט איר א העכערע דאזע (מאס) צו באקומען די זעלבע רעזולטאט. דאס פאסירט געווענליך נאך נוצן אפיאוידס פאר א לאנגע צייט.

אנגעוואנדנהייט איז ווען דיין קערפער איז אזוי צוגעוויינט צו א מעדעצין אז עס קען גורם זיין סימפטאמען. ווען דאס פאסירט, האט איר אומבאקוועמע סימפטאמען אויב איר סטאפט נעמען א מעדעצין פלוצלונג אדער איר נידערט אייער דאזע צו שנעל. דער סימפטאמען ווערן אנגערופן צוריקציאונג.

צוריקציאונג סימפטאמען נעמט אריין:

  • איבלונג
  • ברעכן
  • דייעריע (לויזע, וואסעריגע סטאל)
  • קראמפיגע אבדאמינאלע (בויך) וויי
  • א שנעלער הארץ ראטע
  • שוויצן
  • שפירן אומרואיג
  • מוסקל װײטאגן
  • פיבער
  • טשילס

אפיאוידס קען גורם זיין טאלארענץ און אנגעוואנדנהייט אפילו אויב איר נעמט זיי אין די ריכטיגע וועג. אפיאויד צוריקציאונג איז אומבאקוועם, אבער נישט שעדליך. אונז וועלן דיר העלפן נידערן אייער דאזע אדער אויפצוהערן נעמען אפיאוידס אויף א וועג וואס נידערט אייער מעגליכקייטן פון צוריקציאונג.

אפיאויד אומריכטיגע באנוץ און אדיקשאן

אומריכטיגע באנוץ איז נעמען א מעדעצין אויף א אנדערן וועג ווי אייער העלטקעיר פראוויידער פארשרייבט. ביישפילן פון אומריכטיגע באנוץ זענען:

  • נעמען א העכערע אדער נידריגע דאזע ווי אייער העלטקעיר פראוויידער פארשרייבט.
  • נעמען א ווייטאג מעדעצין פאר אנדערע סיבות ווי ווייטאג.

אדיקשאן איז א שטארקע ציאונג צו נעמען א מעדעצין. עס קען פילן ווי איר פארלירט קאנטראל פון וויפיל מעדעצין איר נעמט אדער ווי אפט איר נעמט עס עס קען דיר מאכן גלוסטן די מעדעצין אדער א גאנצע צייט טראכן איבער עס נעמען. אויך קען עס דיר מאכן נעמען מעדעצין אפילו אויב עס שעדיגט אייער געזונט אדער אנדערע טיילן אין אייער לעבן.

אפיאוידס קענען זיין אדיקטיוו אויב איר נוצט עס אויף א אנדערן וועג ווי אייער העלטקעיר פראוויידער פארשרייבט. מיר נעמען שריט צו מאכן זיכער מיר פרעסקרייבן אפיאוידס אויף א פארזיכערטן אופן. מיר האלטן די ריזיקע פון אומריכטיגע באנוץ אדער אדיקשאן ווי נידעריג מעגליך.

וואס צו טון ווען נעמען אפיאוידס

  • פאלג אונזער אנווייזונגען פאר נעמען אייער מעדעצין.
  • איר זאלט נישט טוישן אייער אפיאויד דאזע אדער פלאן אן רעדן מיט א PACT פראוויידער.
  • איר זאלט נאר באקומען אייער אפיאוידס פון PACT. זאג אונז אויב נאך א העלטקעיר פראוויידער פארשרייבט אפיאוידס פאר אייך, אזוי ווי אין א עמערדזשענסי.
  • לייגט אוועק אייער אפיאודס אויף א פארזיכערטן אופן. דאס בעסטע איז צו זיי אוועקלייגן אין א סעיף אדער א פארשלאסענע באקס.
  • איר זאלן נישט טרינקן אלקאהאל אדער נוצן רעקריעישאנעל דראגס.
  • דרייווט נישט.
  • טוט נישט קיין אקטיוויטעטן וואס קען דיר שעדיגן אויב איר זענט נישט אויפמערקזאם.
  • זאג אונז ווייניגסטענס 24 שעה (1 טאג) פאראויס אויב איר דארפט טוישן א אפוינטמענט.
  • פאלג אונזער אנווייזונגען פאר נאך א מאל אנפילן אייער מעדעצינען.

וואס צו ערווארטן אין א PACT קליניק.

איר מוזט האבן א פערזענליכע באזוך אויב איר זענט ניי אין PACT קליניק. איר מוזט אויך אריינקומען אויב אייער לעצטע באזוך איז געווען מער ווי 1 יאר צוריק. איין מאל מיר פרעסקרייבן אפיאוידס, מוזט איר האבן א פערזענליכע באזוך יעדער 3 חודשים.

מיר וועלן דיר איבערקוקן פאר אומריכטיגע סובסטאנץ באנוץ ריזיקעס בעפאר מיר פרעסקרייבן אפיאוידס. מיר טוען אייך נאכאמאל איבערקוקן בשעת איר נעמט אפיאוידס צו פארזיכערן אז איר בלייבט פארזיכערט. דער איבערקוק קין אריינעמען 1 אדער מער פון די זאכן:

  • פראגעס וועגן אומריכטיגע סובסטאנץ באנוץ אדער אדיקשאן פאר אייך אדער אייער פאמיליע.
  • פראגעס וועגן גייסטישע געזונטהייט צושטאנדן. עטליכע קענען העכערן אייער ריזיקע פון א סובסטאנץ באנוץ דיסארדער.
  • יורין טעסטס
  • פּיל ציילונג.

מיר קענען אויסוועלן אויפצוהערן פרעסקרייבן א מעדעצין. מיר וועלן מאכן די באשלוס געוואנדן אויף אייער אומשטענדן. מיר וועלן אויך באשטימען וויאזוי נעמען דאס מעדעצין העלפט אדער שעדיגט אייער געזונט.

פארלאנגען א פרעשקריפשאן ריפיל.

  • זאג אונז כאטש 5 טעג פאר איר לויפט אויס פון אייער מעדעצין. איר קענט אונז רופן אדער שיקן א מעסעדזש אויף MSK MyChart (MSK’s פאציענט פארטאל).
  • מיר קענען נישט ריפילן פרעסקריפשנס ביינאכט (צווישן 5 p.m. און 8 a.m.)
  • די צאל פון מעדעצין אין יעדער ריפיל וועט זיין באזירט אויף אייער באדערפעניש און אייער פארזיכערהייט.
  • אויב איר פארלירט אייער אפיאוידס, וועלן מיר ריפילן אייער פרעסקריפשאן נאר 1 מאל.
  • אויב אייער אפיאוידס ווערן געגנבעט, רופט די פאליציי. שיקט אונז א קאפיע פון די פאליציי’ס באריכט. מיר קענען נישט פרעסקרייבן נאך אפיאוידס ביז מיר זעען די באריכט.

PACT קאנטאקט אינפארמאציע

מאנטאג ביז פרייטאג,‎ ‎ ביז ‎ רופט 212-639-5607 אדער שיקט אונז א מעסעדזש אויף MSK MyChart. אלע אנדערע צייטן, פארבינדט זיך מיט אייער MSK פריימערי קעיר טיעם. אויב איר זענט נישט זיכער וויאזוי זיך צו פארבינדן מיט זיי, רופט 212-639-2000.

אין א עמערדזשענסי, רופט 911 אדער גייט צו אייער לאקאלע עמערדזשענסי רום.

לעצט אַפּדעיטעד

מאָנטאָג, אױגוסט 12, 2024