וויאזוי צוצגרייטן דעם באוועל איידער אייער אפעראציע ביי MSK Kids

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 2 מינוטן

די פאלגנדע אינפארמאציע ערקלערט וויאזוי צוצוגרייטן דעם באוועל (באוועל פרעפ) איידער אייער אפעראציע ביי MSK Kids. צוגרייטן דעם באוועל העלפט אויסקלארן סטול פון אייער גוף.

אין דעם ריסארס, וועלן די ווערטער “אייך” און “אייערע” מיינען איר אדער אייער קינד.

צוגעהערן פאר באוועל צוגרייטונג

איר קענט זיי קויפן אין אייער אָרטליכע אַפּטייק אָן רעצעפּט.

  • פאליעטילין גליקאל (MiraLAX®) פאודער
  • קלארע פליסיגקייטן וואס זענען נישט רויט, אראנדזש, אדער פערפל.

ליינט דורך די אפטיילונג “Get the MiraLAX mixture ready” (מאכט די MiraLAX געמיש גרייט) צו זען וויפיל איר וועט דארפן. מאכט זיכער צו באקומען גענוג קלארע פליסיגקייטן צו האבן בשעת איר פאלגט נאך א דיעטע פון קלארע פליסיגקייט.

אייער העלט קעיר פראוויידער וועט אייך אויך געבן א פרעסקריפשאן פאר די פאלגנדע מעדיצינען. מאכט זיכער אז איר האט זיי איידער איר פאנגט אן צוצוגרייטן אייער באוועל.

  • Metronidazole
  • Neomycin
 

אנווייזונגען פאר באוועל צוגרייטונג

פאנגט אן צוצוגרייטן אייער באוועל א טאג איידער אייער אפעראציע.

מאכט גרייט די MiraLAX געמיש

מישט MiraLAX מיט א קלארע פליסיגקייט די צופרי פון די טאג איידער אייער אפעראציע. אייער קעיר טיעם וועט אייך זאגן וויפיל MiraLAX פאודער און פליסיגקייט איר זאלט נוצן.

מישט צאם די געמיש ביז די MiraLAX פאודער צוגייט. ווען די פאודער איז צוגאנגען, קענט איר לייגן די געמיש אין די ריפרידזשערעיטאר.

פאנגט אן נאכפאלגן א דיעטע פון קלארע פליסיגקייט מיטאג צייט (12 מיטאג) די טאג איידער אייער אפעראציע.

א דיעטע פון קלארע פליסיגקייט נעמט אריין בלויז פליסיגקייט וועלכע איר קענט דורכזען. איר קענט טרעפן ביישפילן אין די “קלארע פליסיגקייט דיעטע” קעסטל. פארמיידט קלארע פליסיגקייטן וואס זענען רויט, אראנדזש, אדער פערפל.

בשעת איר פאלגט נאך א דיעטע פון קלארע פליסיגקייט:

  • עסט נישט קיין סאליד עסנווארג.
  • נוצט פארשידענע סארטן קלארע געטראנקען. טרינקט נישט בלויז וואסער, קאווע, און טיי. דאס העלפט מאכן זיכער אז איר באקומט גענוג קאלאריעס און איז א וויכטיגע טייל פון צוגרייטן אייער באוועל.
  • טרינקט נישט קיין פליסיגקייט וואס איר קענט נישט דורכזען, אזוי ווי מילך אדער סמוטיס.
  • טרינקט נישט קיין פליסיגקייט וואס האט נישט קיין צוקער סיידן איר האט צוקער קראנקהייט און אייער העלטקעיר פראוויידער זאגט אייך דאס.
 

דיעטע פון קלארע פליסיגקייטן

 איר קענט האבןאיר קענט נישט האבן
זופ
  • קלארע יוך, באולין, אדער קאנסאם.
  • סיי וואס מיט שטיקלעך פון עסנווארג אדער געווירצן.
זיסווארג
  • דזשעלאטין, ווי Jell-O®.
  • אייז מיט א טעם.
  • הארטע צוקערלעך, אזוי ווי Life Savers®, לימענע טראפן, און פעפערמינטס.
  • סיי וואס איז רויט, אראנדזש, אדער פערפל.
  • אלע אנדערע זיסווארג.
טרינקען
  • קלארע פרוכט זאפט, אזוי ווי לימענאדע, עפל, ווייסע קרענבערי, און ווייסע גרעיפ דזשוסעס.
  • סאדע, אזוי ווי דזשינדזשער עיל, 7UP®, Sprite®, און סעלצער.
  • ספארטס געטראנקען, אזוי ווי Gatorade® און Powerade®.
  • קאווע אן מילך אדער קריעמער.
  • טיי אן מילך אדער קריעמער.
  • וואסער, אריינגערעכנט קארבאנייטעד (בלעזלדיג) און וואסער מיט א טעם.
  • קלארע נוטרישענאל געטראנקען, אזוי ווי Boost® Breeze, Ensure Clear™, Pedialyte®, און Diabetishield®.
  • סיי וואס איז רויט, אראנדזש, אדער פערפל
  • זאפט מיט פאלפ.
  • נעקטארס.
  • סמוטיס אדער שעיקס.
  • מילך, קריעם, און אנדערע מילכיגע פראדוקטן.
  • מילך פון ניסלעך, מילך פון געוויקסן, נישט קיין מילכיגע קריעמערס, און אנדערע אלטארנעטיוון פאר מילך.
  • געטראנקען מיט אלקאהאל.

פאנגט אן טרינקען דעם MiraLAX געמיש אום 2 נאכמיטאג די טאג איידער אייער אפעראציע.

טרינקט די MiraLAX געמיש פאר די נעקסטע 3 ביז 4 שעה. צילט צו ענדיגן צווישן 5 נאכמיטאג און 6 נאכמיטאג.

די MiraLAX וועט אייך העלפן האבן אפט באוועל באוועגונגען. מאכט זיכער אז איר זענט נעבן א בית הכסא איינמאל איר פאנגט עס אן נעמען.

האבן פולע באוועל באוועגונגען קען באדערן אייער אנוס (וואו אייער סטול גייט ארויס פונעם גוף). לייגן פעטראליאם דזשעלי (Vaseline®) אדער A & D® זאלב אויף די הויט ארום אייער אנוס נאך יעדע באוועל באוועגונג קען העלפן.

נעמט 1 דאזע פון neomycin און 1 דאזע פון metronidazole אום 6 נאכמיטאג די נאכט איידער אייער אפעראציע.

נעמט נאך א דאזע פון neomycin און נאך א דאזע פון metronidazole אום 10 נאכמיטאג די נאכט איידער אייער אפעראציע.

לעצט אַפּדעיטעד

מיטװאָך, פֿעברואַר 21, 2024