מענינדזשיאמא

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 2 מינוטן

וועגן מענינדזשיאמא

מענינדזשיאמא איז א סארט מח טומאר וואס אנטוויקלט זיך אין די מענינדזשיס. די מענינדזשיס זענען די טישוס וואס נעמען ארום אייער מח און ספיינעל קארד.

מענינדזשיאמאס הייבן זיך געווענליך אן אין אייער קאפ שארבן, אבער זיי קענען זיך אויך אנהויבן אין אייער ספיין. רוב מענטשן מיט א מענינדזשיאמא וועלן נאר האבן 1 טומאר אין 1 פלאץ, אבער עס איז מעגליך צו האבן מערערע טומארס וואס וואקסן אין די זעלבע צייט אין פארשידענע טיילן פון די מח און ספיינעל קארד.

רוב מענינדזשיאמאס זענען נישט שעדליך (נישט קענסער). געוויסע מענינדזשיאמאס קענען זיין שעדליך (קענסער), אבער זעלטן. אפילו אויב זיי זענען נישט קענסער, קענען זיי נאך אלץ פאראורזאכן ערנסטע פראבלעמען צוליב וואו זיי קענען זיך געפינען. אויב זיי וואקסן צו גרויס, קענען זיי אפעקטירן וויאזוי אייער מח ארבעט, און זיי קענען אויך זיין א פראבלעם אויב זיי זענען צו נאנט צו וויכטיגע נערוון אדער בלוט אדערן.

מענטשן וועלכע האבן געהאט ראדיאציע פאר זייער מח אדער ספיינעל קארד קענען האבן א גרעסערע ריזיקע צו אנטוויקלען א מענינדזשיאמא. הארמאנאל טוישונגען אדער אייער גענעטישע (DNA) צוזאמשטעל קענען אייך אויך מאכן האבן א גרעסערע ריזיקע צו אנטוויקלען א מענינדזשיאמא.

סימפטאמען פון מענינדזשיאמא

רוב מענינדזשיאמאס וואקסן שטאט און פאראורזאכן נישט קיין סימפטאמען.

אויב איר האט יא סימפטאמען, קענען זיי זיין אנדערש געוואנדן לויט וואו די טומאר געפינט זיך. סימפטאמען קענען זיין:

  • קאָפּװײטאָגן
  • ענדערונגען אין אייער זע-קראפט, למשל זען דאפלט אדער שוואכערע זע-קראפט
  • ענדערונגען אין אייער הער-קראפט למשל קלינגען אין די אויערן אדער הער-קראפט פארלוסט
  • טוישונגען אין רעדן, ווי למשל שוועריגקייטן צו זאגן וואס איר טראכט
  • שוואכקייט אדער נישט פילן אייערע הענט אדער פיס
  • שוועריגקייטן זיך צו באלאנסירן אדער קאארדינירן
  • פארגעסן
  • פארלוסט פון חוש הריח
  • סיזשורס (טוישונגען אין די מח׳ס עלעקטרישע אקטיוויטעט)
  • ענדערונגען אין אייער פערזענליכקייט

אנדערע זאכן קענען אויך פאראורזאכן די סימפטאמען. רופט אייער דאקטער אויב איר האט איינע פון די סימפטאמען אדער אויב די סימפטאמען טוישן זיך.

דיאגנאזירן מענינדזשיאמא

איר וועט דארפן האבן אימעדזשינג סקענס פון אייער קאפ ווי קאמפיוטעד טאמאגראפי (CT) סקענס אדער מאגנעטישע רעזאנאנס אימעדזשינג (MRI) צו דיאגנאזירן א מענינדזשיאמא.

באהאנדלונג פאר מענינדזשיאמא

באהאנדלונג פאר א מענינדזשיאמא ווענדט זיך לויט די מאס פון די טומאר און וואו עס געפינט זיך.

אויב אייער מענינדזשיאמא וואקסט שטאט און פאראורזאכט נישט קיין סימפטאמען, וועט איר מעגליך נישט דארפן קיין באהאנדלונג. איר וועט מעגליך דארפן מח MRIs יעדע יאר צו זען אויב עס וואקסט און איר זאלט זאגן פאר אייער דאקטער אויב איר הייבט אן צו האבן סימפטאמען. אויב אייער מענינדזשיאמא איז קענסער, פאראורזאכט סימפטאמען, אדער וואקסט שנעל, וועט איר מעגליך דארפן האבן אן אפעראציע עס אראפצונעמען.

געוויסע מענינדזשיאמאס קענען נישט ווערן אראפגענומען ווייל זיי געפינען זיך נעבן טיילן פון אייער מח וואס קאנטראלירן וויכטיגע פונקציעס. אין דעם פאל, קענט איר האבן ראדיאציע טעראפיע צו אפשטעלן די וואוקס. אויב איר האט געהאט אן אפעראציע אראפצונעמען די מענינדזשיאמא אבער נישט די גאנצע טומאר איז געווארן ארויסגענומען, וועט איר מעגליך אויך דארפן ראדיאציע אפצושטעלן די טומאר פון וואקסן. אין זעלטענע פעלער, וועט איר דארפן האבן כימאטעראפיע אדער אנדערע באהאנדלונגען.

עס זענען דא קלינישע טרייעלס וואס שטודירן פארשידענע באהאנדלונגען פאר מענינדזשיאמאס. פאר מער אינפארמאציע וועגן קלינישע טרייעלס ביי Memorial Sloan Kettering (MSK), פרעגט אייער דאקטער אדער גייט צו www.mskcc.org/cancer-care/clinical-trials/search.

לעצט אַפּדעיטעד

דאָנערשטאָג, יוני 13, 2019