איבער אײער קינד'ס מעדיצינישע פֿאַרשלעפֿונג

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 4 מינוטן

די אינפֿאָרמאַציע ערקלערט װאָס עס װעט פּאַסירן װען אײער קינד װערט מעדיציניש פֿאַרשלעפֿט פֿאַר אַ סקען אָדער אַ פּראָצעדור . עס װעט אײך אױך העלפֿן זיך אָפּגעבן מיט’ן קינד נאָך די פֿאַרשלעפֿונג.

פֿאַרשלעפֿונג איז װען דאָס קינד װערט געגעבן אַ מעדיצין כדי ער/זי זאָל שלאָפֿן במשך אַ סקען אָדער אַ פּראָצעדור. אַ מעדיצין װאָס איז גענוצט פֿאַר פֿאַרשלעפֿונג הײסט אַ סעדאַטיװ. אין מעמאָריעל סלאָון קעטערינג (MSK) װעט אַ ספּעציאַליזירטער העלטקעיר פּראָװײדער, אַזױװי אַ סערטיפֿיצירטער רעגיסטרירטער נױרס אַנעסטעזיסט (CRNA) אָדער אַן אַנעסטעזיאָלאָג געבן אײער קינד דעם סעדאַטיװ.

מען קען נוצן פֿאַרשלעפֿונג פֿאַר אימעדזשינג סקענס אױב אײער קינד דאַרף ליגן אַבסאָלוט שטיל במשך דעם סקען. מען קען עס אױך נוצן פֿאַר פּראָצעדורן װאָס קענען אָנמאַכן סטרעס אָדער װײטאָג אױב דאָס קינד איז װאַך.

סאָרטן סעדאַטיװן

אײניגע סעדאַטיװס װערן אַרײנגעלײגט אינעם קינד’ס בלוטשטראָם. זײ הײסן אינטראַװינעס (IV) סעדאַטיװן (אינעװײניג אין די װענע). אַנדערע סעדאַטיװן װערן געגעבן אַלס אַ גאַז װאָס דאָס קינד אָטעמט אײן דורך אַ מאַסקע װעלכע מען לײגט אים/זי אױף די נאָז און מױל.

אײער קינד’ס העלטקעיר פּראָװײדער װעט מיט אײך רעדן איבער דעם סאָרט (די סאָרטן) סעדאַטיװ װאָס אײער קינד װעט קריגן. אין MSK נוצן מיר סעדאַטיװן פּראָפּאָפֿאָל (propofol), סעװאָפֿלוראַן (sevoflurane) און דעקסמעדעטאָמידין (dexmedetomidine (Precedex®).

פּראָפּאָפֿאָל

פּראָפּאָפֿאָל איז אַ װײס־געפֿאַרבטער IV סעדאַטיװ. עס פֿאַנגט אָן צו װירקן זײער גיך, געװענליך אין װײניגער װי אַ מינוט. אײנמאָל דאָס קינד’ס פּראָצעדור אָדער סקען איז פֿאַרטיג, פֿאַנגט אָן דאָס קינד זיך אױפֿצואװעקן געװענליך 10 ביז 20 מינוט שפּעטער. יעדעס קינד װעקט זיך אױף אַנדערש. פּראָפּאָפֿאָל מעג נעמען לענגער זיך אױסצואװעפּן, באַזונדערס מיט לענגערע סקענס אָדער פּראָצעדורן.

 

סעװאָפֿלוראַן

סעװאָפֿלוראַן איז אַ סעדאַטיװער גאַז װאָס װירקט שנעל. אױב אײער קינד’ס סקען אָדער פּראָצעדור װעט זײן קורץ און דאָס קינד װעט נישט דאַרפֿן קײן IV ליניע, קענען מיר נוצן סעװאָפֿלוראַן כדי דאָס קינד זאָל שלאָפֿן. אױב מען װעט דאַרפֿן אַרײנלײגן אײער קינד אַן IV ליניע פֿאַר’ן סקען אָדער פּראָצעדור, קענען מיר צוערשט געבן דאָס קינד סעװאָפֿלוראַן. דאָס װעט מאַכן אַרײנלײגן די IV ליניע גרינגער און באַקװעמער. דערנאָך קענען מיר נוצן די IV ליניע צו געבן דאָס קינד אַנדערע סעדאַטװין, מעדיצינען אָדער פֿליסיגקײטן במשך אָדער נאָכ’ן סקען אָדער פּראָצעדור.

עס איז נאָרמאַל אױב דער סעװאָפֿלוראַן גאַז שמעקט שלעכט. קינדער קענען װערן דערשראָקן אײנצושלאָפֿן אױף אַזאַ אופֿן, און אַמאָל דאַרפֿן מיר אײער הילף צו באַרואיגן און האַלטן דאָס קינד בשעת ער/זי װערט אַנטשלאָפֿן.

דעקסמעדעטאָמידין (פּרעסעדעקס)

פּרעסעדעקס איז אַ דורכזיכטיגער IV סעדאַטיװ. אַמאָל נוצט מען עס מיט פּראָפּאָפֿאָל אָדער סעװאָפֿלוראַן צו העלפֿן קינדער זײ זאָלן נישט זײן צערודערט אָדער צעמישט װען זײ װעקן זיך אױף נאָך די פֿאַרשלעפֿונג. אױב איר מײנט אַז אײער קינד האָט זיך אַמאָל אױפֿגעװעקט װײנענדיג, צעמישט אָדער צערודערט נאָך די פֿאַרשלעפֿונג, לאָזט װיסן אײער אַנעסטעזיאָלאָג.

פּרעסעדעקס װעט װאַרשײנליך גורם זײן אַז אײער קינד װעט לענגער שלאָפֿן נאָך דעם סקען אָדער פּראָדעצור. עס קען אױך אַראָפּלאָזן דאָס קינד’ס האַרץ ראַטע. מיר װעלן נאָנט באַאָבאַכטן אײער קינד’ס האַרץ ראַטע כדי צו מאַכן זיכער אַז דאָס קינד איז נישט אין קײן געפֿאַר. דאָס קינד’ס האַרץ ראַטע װעט װערן װידער נאָרמאַל אײנמאָל דאָס קינד װעקט זיך אױף און דער פּרעסעדעקס װעפּט זיך אױס.

װאָס צו ערװאַרטן

עס קען זײן נוצליך צו רעדן מיט’ן קינד איבער דעם װאָס װעט פּאַסירן במשך דעם סקען אָדער פּראָצעדור. צום בײשפּיל, קענט איר זאָגן אַז מיר װעלן אים/זי געבן אַ מעדיצין כדי דאָס קינד זאָל שלאָפֿן. עס װעט אױך העלפֿן צו באַרואיגן דאָס קינד אַז איר װעט זײן מיט אים/זי בשעת דאָס קינד װערט אַנטשלאָפֿן און װען ער/זי װעקט זיך אױף.

אײדער אײער קינד װערט אַנטשלאָפֿן

איר װעט זיך טרעפֿן מיט דעם אַנעסטעזיאָלאָג פֿאַר אײער קינד’ס סקען אָדער פּראָצעדור. דער אַנעסטעזיאָלאָג װעט ענטפֿערן אױף אײערע פֿראַגעס און רעדן מיט אײך איבער דעם װאָס צו ערװאַרטן. דערנאָך װעט דער CRNA אָדער אַנעסטעזיאָלאָג געבן אײער קינד דעם סעדאַטיװ.

אײניגע קינדער האָבן אומװאָלונטערישע מוסקעל אָדער אױג באַװעגונגען בשעת זײ װערן אַנטשלאָפֿן פֿון דעם סעדאַטיװ. דאָס איז נאָרמאַל. איר קענט העלפֿן באַרואיגן דאָס קינד דורך האַלטן אים/זי אָדער רעדן מיט’ן קינד . אײנמאָל אײער קינד װערט אַנטשלאָפֿן, װעט איר צוריקגײן אינעם װאַרטצימער.

בשעת אײער קינד שלאָפֿט

דער CRNA אָדער אַנעסטעזיאָלאָג װעט בלײבן מיט אײער קינד במשך דעם סקען אָדער פּראָצעדור. זײ װעלן אױפֿמערקזאַם באַאָבאַכטן דאָס קינד און באַהאַנדלען סײ װעלכע זײטיגע װירקונגען, אַזױװי׃

  • פֿאַרשטאַטערטע, נישט טיפֿע אָטעמען. דאָס איז די פֿאַרשפּרײטסטע זײטיגע װירקונג פֿון פֿאַרשלעפֿונג. דער CRNA אָדער אַנעסטעזיאָלאָג קען געבן אײער קינד מער אָקסידזשען דאָס צו פֿאַרבעסערן. אױב נױטיג, װעלן זײ אױך געבן אַן אָקסידזשען זאַק און מאַסקע צו העלפֿן דאָס קינד אָטעמען. אײניגע קינדער קענען דאַרפֿן אַן אָטעם רער, אָבער דאָס איז זעלטן.
  • נידעריגע בלוט דרוק. אײניגע קינדער קריגן IV פֿליסיגקײטן פֿאַר אָדער במשך דעם סקען אָדער פּראָצעדור. די IV פֿליסיגקײטן העלפֿן צו פֿאַרמײדן אַז דאָס קינד’ס בלוט דרוק זאָל װערן צו נידעריג.

בשעת אײער קינד װעקט זיך אױף

דאָס קינד װעט איבערגעפֿירט װערן אין אַן ערהױלונג צימער נאָך דעם סקען אָדער פּראָצעדור. אַן אײנגעשטעלטער װעט אײך ברענגען אין ערהױלונג צימער אײנמאָל דאָס קינד װעקט זיך אױף. אַ נױרס אין דעם ערהױלונג צימער װעט באַאָבאַכטן אײער קינד ביז דער סעדאַטיװ װעפּט זיך אױס.

דער סעדאַטיװ װעפּט זיך אױס נאָך אומגעפֿער 10 ביז 20 מינוט אָבער אײניגע קינדער שלאָפֿן אַ ביסל לענגער. דאָס איז אַ נאָרמאַלע שלאָף. עס איז נאָרמאַל אױב קינדער װעקן זיך אױף און דערנאָך שלאָפֿן װידער אײן אײנמאָל זײ געפֿינען זיך בײ אײך אין די אָרעמס.

קינדער װעקן זיך געװענליך אױף בשלום. אײניגע קינדער כאַפּן זיך אױף בײז, װײנענדיג, צעמישט און אױס מענטשן. געװענליך װערט דאָס שױן בעסער אַ ביסל שפּעטער. גאָר זעלטן דאַרפֿן מיר געבן דאָס קינד מעדיצינען דאָס צו באַהאַנדלען. פּרעסעדעקס קען אַמאָל גענוצט װערן דאָס צו פֿאַרמײדן.

אױב אײער קינד שפּירט איבל (כאילו ער/זי גײט ברעכן), װעלן מיר געבן דאָס קינד מעדיצינען כדי ער/זי זאָל זיך שפּירן בעסער. דאָס איז זעלטן פֿאַר רוב סעדאַטיװן.

 

װיאַזױ זיך אָפּגעבן מיט’ן קינד נאָך פֿאַרשלעפֿונג

  • איר קענט רעדן מיט’ן קינד מיט אַ באַרואיגנדע שטימע אָדער האַלטן דאָס קינד’ס האַנט בשעת דער סעדאַטיװ װעפּט זיך אױס.
  • דאָס קינד קען זאָפֿאָרט טרינקען אָדער עסן אױסער װען ס’איז דאָ אַ סיבה דאָס נישט צו טאָן (צ.ב.ש. אױב דאָס קינד האָט נאָך אַ טעסט). הײבט אָן מיט אומבאַ’טעמ’טע עסן אַזױװי קרעקערס, טאָוסט, רײז אָדער עפּלסױס. אױב אומבאַ’טעמ’טע עסן מאַכט אים/זי נישט קאַליע דעם מאָגן, קענן דאָס קינד האָבן זײן געװענליכע עסן און טרינקען.
  • אױב אײער קינד נעמט אַ מעדיצין פֿאַר װײטאָג װאָס אַנטהאַלט אַן אָפּיאָיד (אַזױװי Oxycodone®), קען עס גורם זײן אַז דאָס קינד איז מער פֿאַרשלאָפֿן װי געװענליך אױב ער/זי איז מעדיציניש פֿאַרשלעפֿט געװאָרן פֿריער יענעם טאָג.
  • נאָכדעם װאָס אײער קינד װעקט זיך אױף, קען ער/זי זיך שפּירן מיד, טרײסלען זיך, אָדער די בײדע. מיר קענען אײך געבן אַ װילטשעיר צו פֿירן דאָס קינד צו אײער קאַר אָדער אַן אַנדערע רײזע אַהײם.
  • אײנמאָל איר און אײער קינד זענען אינדערהײם, זאָל דאָס קינד זיך אָפּרוען אָדער טאָן אַ שטילע, גרינגע אַקטיװיטעט, אַזױװי קוקן טעלעװיזיע. דער קאָפּ קען אים/איר דרײען און ער/זי קען װאַקלען זיך, אַזױ דאַרפֿט איר דאָס קינד נאָנט באַאָבאַכטן כדי צו מאַכן זיכער אַז ער/זי װערט נישט געשעדיגט. לאָזט אים/זי נישט טאָן קײן אַקטיװיטעטן װאָס באַדאַרפֿן באַלאַנס אָדער פֿעסטקײט (אַזױװי פֿאָרן אױף אַ ביציקל אָדער נוצן די טרעפּ) ביז דאָס קינד’ס נאָרמאַלע אױפֿפֿירונג קומט צוריק.

װען איר זאָלט רופֿן אײער קינד’ס העלטקעיר פּראָװײדער

רופֿט אײער קינד’ס העלטקעיר פּראָװײדער אױב׃

  • דאָס קינד פֿאַנגט אָן צו ברעכן.
  • דאָס קינד װערט זײער צערײצט אָדער קען נישט אױפֿהערן צו װײנען.
  • איר קענט דאָס קינד קױם אױפֿװעקן.
  • דאָס קינד האָט אַ פֿיבער העכער פֿון 100.4 גראַד פֿערענהײט (38 גראַד צעלסיוס) אָדער טשילס.
  • דאָס קינד האָט אַן אױסשלאָג אָדער הײװס.
  • דאָס קינד כאָרכלט.

אױב דאָס קינד האָט שװעריגקײטן מיט’ן אָטעמען, רופֿט 911 זאָפֿאָרט.

אױב איר האָט סײ װעלכע פֿראַגעס, פֿאַרבינדט זיך דירעקט מיט אַ מיטגליד פֿון אײער העלטקעיר מאַנשאַפֿט. אױב איר זענט אַ פּאַציענט אין MSK און דאַרפֿט זיך פֿאַרבינדן מיט אַ פּראָװײדער נאָך 5 נאָכמיטאָג, במשך סוף װאָך אָדער אױף אַ װאַקאַציע, רופֿט 212-639-2000 און בעט דעם פּעדיעטריק פֿעלאָו אָן קאָל.

לעצט אַפּדעיטעד

מיטװאָך, אױגוסט 19, 2020