זיך אפגעבן מיט זיך נאך אייערע נוראבלאסטאמא וואקסינען

צייט צו ליינען: וועגן 4 מינוטן

די אינפארמאציע טוט פארשטיין געבן וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט זיך נאך אייערע נוראבלאסטאמא וואקסינען ביי MSK

פאר די איבריגע טייל פון די אינסטרוקציע צעטל, וועלן די ווערטער “איר” און “אייערע” ארויפגיין אויף אייך אדער אייער קינד.

איבער אייערע נוראובלאסטאמא וואקסינען

אלס טײל פון אייער קענסער באהאנדלונג, װעט איר האבן 8 אדער 10 נוראובלאסטאמא וואקסין איינשפריצונגען (שאטס). די באהאנדלונג איז עקספערימענטאל, וואס מיינט אז עס ווערט נאך אלץ איבערגעקוקט. איר טוט עס מעגליך באקומען וויבאלד איר האט אנטיילגענומען אין א פארש שטודיע, אויך גערופן א קלינישע טרייעל. די באהאנדלונג איז געמאכט צו טרענירן די גוף וויאזוי צו באקעמפן קענסער צעלן. איר און אייער העלט-קעיר פראוויידער וועלן איבערגיין אייער איינשפריץ סקעדשול צוזאמען.

איר קענט האבן אביסל זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס) נאך יעדע פון אייערע איינשפריצונגען. רוב זייטיגע ווירקונגען גייען אוועק נאך אפאר שעה, אבער טייל קענען בלייבן ביז אפאר טאג.

באקאנטע זײַטיגע װירקונגען

װײטאג

די מערסט באקאנטע זייטיגע ווירקונג איז ווייטאג. איר קענט שפירן א ברענענדיגע געפיל און ווייטאג אין די פלאץ וואו איר האט געהאט אייער איינשפריץ. איר קענט דאס שפירן ווען איר באקומט אייער איינשפריצונג, אדער אפאר טעג שפעטער. יעדער פילט א צווייטע צאל פון ווייטאג.

מענעדזש’ן אייער ווייטאג

טייל וועגן פון זיך אפגעבן מיט אייער ווייטאג קענען ווירקן אויף אייער באהאנדלונג. פאלגט נאך די אנווייזונגען ווען איר געבט זיך אפ מיט אייער ווייטאג.

  • רוקט די ארעם אדער פוס וואו איר האט באקומען אייער איינשפריצונג. דאס קען העלפן אראפברענגען אייער ווייטאג.
  • נעמט נישט קיין אנדערע מעדעצינען צו פארמינערן ווייטאג אויסער אויב אייער העלט-קעיר פראוויידער זאגט אז עס איז אקעי. דעס רעכנט אריין סיי רעצעפטן און סיי איבער-די-קאונטער (מעדעצינען וועלכע איר קויפט אן א רעצעפט) מעדעצינען. געוויסע ווייטאג מעדעצינען, ווי acetaminophen (טיילענאל), ibuprofen (עדוויל אדער מאטרין), אדער עספירין קענען אפעקטירן אייער באהאנדלונג.
  • טוט נישט ארויפלייגן ווארעמע אדער קאלטע פעקלעך אויף אייער איינשפריצונג ארט איידער אדער נאך וואס איר באקומט אייער איינשפריצונג.
  • נוצט נישט קיין איינשלעפונג שמיר (numbing cream) א שטייגער ווי lidocaine cream (EMLA® און LMX ®) פאר אדער נאך וואס איר באקומט אייער איינשפריצונג.
  • טוט נישט נוצן “פרירן ספרעי” (“freezing spray) א שטייגער ווי ethyl chloride פאר אדער נאך וואס איר באקומט אייער איינשפריצונג.

אלערגישע רעאקציעס

איר קענט מעגליך האבן אן אלערגישע רעאקציע צו די נוראבלאסטאמא וואקסין. די אלערגישע רעאקציע קען מאכן הייווס (א קראצעדיגע רעש), רויטקייט, אדער אויפשוואלונג פון די הויט ארום די איינשפריץ ארט. די רעאקציעס קענען געשעהן סיי וועלכע צייט אין אייער באהאנדלונג און וועלן אוועקגיין פון זיך אליין.

זיך אפגעבן מיט אייער אלערגישע רעאקציע.

  • נעמט נישט קיין אלערגיע מעדעצינען, א שטייגער ווי hydroxyzine (Vistaril®) אדער diphenhydramine (Benadryl®), פאר אלערגישע רעאקציעס אויסער אויב אייער העלט-קעיר פראוויידער זאגט אז עס איז אקעי.
  • נעמט נישט קיין סטערוידס, א שטייגער ווי hydrocortisone (Cortizone-10®), פאר אלערגישע רעאקציעס אויסער אויב אייער העלטקעיר פראוויידער זאגט אז עס איז אקעי.
  • אויב די הייווס, רויטקייט אדער אויפשוואלונג גייט נישט אוועק נאכן נעמען אלערגיע מעדיצינען, רופט אייער העלט-קעיר פראוויידער.

רופט 911 אויב איר האט שוועריגקייטן מיטן אטעם אדער אייער ליפן, צונג אדער האלץ ווערן אויפגעשוואלן.

פיבער

  • איר קענט מעגליך האבן א פיבער נאך אייער באהאנדלונג. די פיבער קען זיין פארבינדן מיט די באהאנדלונג אדער א צייכן פון אנטצינדונג. איר זאלט זיכער מאכן צו האבן א פיבער מעסטער אין שטוב.  עס איז וויכטיג צו רופן אייער העלט-קעיר פראוויידער אויב האט איר:
  • א פיבער פון 100.4° F (38°C) ביז 100.9 ° F (38.2°C) וועלכע האלט אן לענגער ווי 1 שעה.
  • א פיבער פון 101°F (38.3°C) אדער העכער.

צענטראלע ווענוס קאטעטער אנטצינדונגען

א צענטראלע ליין, אדער צענטראלע ווענוס קאטעטער, איז ווי א געמאכטע אדער. דאס מאכט עס גרינגער פאר אייער העלט-קעיר שטאב גרופע צו האבן צוטריט צו אייער בלוט וועסעלס פאר מעדיצינען און טעסטס. צענטראלע ליינס קענען זאמלען באצילן און מאכן אן אנטצינדונג. איר קענט מעגליך האבן א פיבער, רויטקייט, אויפשוואלונג אדער סענסעטיווקייט ביי די קאטעטער ארט. רופט גלייך אייער העלטקעיר פראוויידער אויב איר האט איינע פון די סימפטאמען. 

בעטא גלוקאן אנווייזונגען.

אייער נורס וועט אייך געבן בעטא גלוקאן צו נעמען אינדערהיים. בעטא גלוקען איז א צוקער וועלכע קען העלפן אייער גוף באקעמפן קענסער צעלן. די בעטא גלוקען איז א פלוסיגקייט וועלכע איר שלינגט איין.  אייער נורס וועט אייך צושטעלן מיט די בעטא גלוקאן סקעדשול.   

אייער נורס וועט אייך אויך געבן א שרייב בוך צו האלטן חשבון פון אייער בעטא גלוקאן דאזעס. פראבירט צו נעמען אייער בעטא גלוקאן די זעלבע צייט יעדן טאג. שרייבט אראפ סיי וועלכע זייטיגע ווירקונגען וואס איר האט געהאט אין די באמערקונגען טייל פון אייער שרייב בוך. געדענקט צו געבן אייער לאג צו אייער העלט-קעיר פראוויידער אדער פארש נורס ווען איר קערט זיך צוריק צום קליניק.

אויב א דאזע ווערט אויסגעגאסן, אדער איר ברעכט עס אויס, נעמט נישט נאך א דאזע. שרייבט אראפ וואס עס האט פאסירט אין די באמערקונגען טייל פון אייער שרייב בוך.

איר מוזט האלטן בעטא גלוקאן באטלעך אינעם פרידשידער ספעציעל נאך וואס א באטל איז געעפנט געווארן. אויב וועט איר פליען, טראגט מיט די בעטא גלוקאן אין אייער קערי-אן. א פליגער בריוו וועט ווערן צוגעשטעלט פאר אייך.

איר זאָלט געדענקען דאָזיקע זאכן

  • נעמט בעטא גלוקאן אױף א לײדיגע מאגן. פאר 1 שעה פאר און נאך איר נעמט עס, עסט נישט און טרונקט נישט גארנישט אויסער די זאכן דערמאנט ווייטער.
  • איר מעגט נעמען בעטא גלוקאן מיט קליינע שלונגען וואסער, אויב איר דארפט.
  • אויב שפירט איר איבל (מען שפּירט אַז מען גײט ברעכן), מעגט איר עסן הארטע קענדיס אדער לאליס מיט בעטא גלוקאן.

רופט אייער העלטקעיר פראוויידער אויב האט איר: 

  • א פיבער פון 100.4° F (38°C) ביז 100.9 ° F (38.2°C) וועלכע האלט אן פאר לענגער ווי 1 שעה.
  • א פיבער פון 101°F (38.3°C) אדער העכער.
  • אנדייטונגען אדער סימפטאמען פון מעגליכע אנצינדונג ווי בלאסע הויט, שוויץ אדער טשילס.
  • א CVC און האט א פיבער, רויטקייט, אויפשוואלונג אדער סענסעטיווקייט ביי די קאטעטער ארט.
  • ווייטאג נאך 3 טעג.
  • סיי וועלכע פראגעס אדער זארגן.

קאנטאקט אינפארמאציע

אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס, פארבינדט זיך דירעקט מיט א מעמבער פון אייער קעיר טיעם. ‎איר קענט אנקומען צו זיי מאנטאג ביז פרייטאג, פון 8 אזייגער אינדערפרי ביז 6 אזייגער נאכמיטאג.

אויב דארפט איר אנקומען צו א פידיאטריק פעלאו נאך 5:00 נאכמיטאג, ענדע וואך, אדער אויף א האלידעי, רופט 212-639-2000 .

אורדשענט קעיר צענטער

איר וועט מעגליך דארפן גיין צו NSK’ס פידיאטריק אורדשענט קעיר צענטער (UCC). די פידיאטריק UCC איז אויף די 9טע שטאק פון מעמאריעל שפיטאל (MSK’ס הויפט שפיטאל).

די נאנסטע אריינגאנג איז אויף 1275 יארק עוועניו (ביי E. 68th Street). די אריינגאנג איז אייביג אפן. איינמאל איר זענט אין שפיטאל נעמט די M עלעוועיטארס צו די 9טע שטאק. טשעקט אריין ביי די M9 פראנט דעסק.

נאך 6:00 נאכמיטאג, ענדע וואך, און אויף האלידעיס, רופט 212-639-2000 און בעט צו רעדן צו די פידיאטריק פעלאו אן קאל.

גייט צו די UCC אדער רופט 911 אויב איר האט:

  • שװעריגקײט מיט אטעמען.
  • קורצע אטעם.
  • רויטקייט, אויפשוואלונג אדער סענסעטיווקייט ביי די קאטעטער ארט.
  • געשװאלנקײט פון אייערע ליפן, צונג אדער האלז.

לעצט אַפּדעיטעד

אױגוסט 26, 2025

Learn about our Health Information Policy.