זיך אַן עצה געבן מיט COVID-19 אינדערהײם

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 8 מינוטן

די אינפֿאָרמאַציע דערקלערט וואָס צו טאָן אין שטוב אויב איר האָט אָדער קענט האָבן COVID-19.

איבער COVID-19

COVID-19 איז אַ װײרעל קראַנקהײט װאָס אַפֿעקטירט אײערע לונגען און עירװעיס. סימפּטאָמען פֿון COVID-19 קענען זײן מילד אָדער שװער. זײ קענען אַרײנרעכענען׃

  • פיבער איבער 100.4 גראַד פֿאַרענהײט (38 גראַד צעלסיוס) אָדער ציטערן
  • הוסט
  • אָטעם פּראָבלעמען (אַזױװי שװעריגקײט צו כאַפּן אַן אָטעם אָדער שטײפֿקײט אין די ברוסט)
  • מידקײט (מען פֿילט זיך גאָר מיד אָדער האָט זײער װײניג ענערגיע)
  • מוסקל אָדער קערפּער שמערצן
  • קאָפּװײטאָגן
  • פֿאַרלוסט פֿונעם חוש הטעם אָדער חוש הריח
  • האַלדזשמערצן
  • פֿאַרשטאָפּטע אָדער פֿאַרקאַטערטע נאָז
  • מיגלדיקייטן (פילן אזוי ווי איר גען צו ברעכען) אָדערברעכענישן (פאָפּגעבונגען)
  • שילשול (לױזע אָדער װאַסערדיגע שטוהלגאַנגען)

איר קענט באַמערקן די סימפּטאָמען 2 ביז 14 טעג נאָכ’ן אױסגעשטעלט װערן צו דעם ווירוס אײערע סימפּטאָמען קענען דױערן במשך 1 ביז 3 װאָכן. געווענליך, טוען מענטשן מיט קענסער נישט האבן קיין אנדערע סימפטאמען פון אנדערע מענטשן.

געוויסע מענטשן וואס האבן COVID-19 האבן נישט קיין סימפטאמען (זענען אסימפטאמאטיש). אפילו אויב איר האט נישט קיין סימפטאמען, קענט איר נאך אלץ אנשטעקן אנדערע מענטשן.

פֿילע מענטשן האָבן אַ הוסט במשך עטליכע װאָכן נאָך זײן קראַנק מיט אַ װײרעל קראַנקהײט אַזױװי COVID-19. ווילאנג אייער הוסט איז די זעלבע אדער ווערט בעסער, דארפט איר זיך נישט זארגן. הוסט אין דעם אַרבל אַרײן אָדער דעקט צו דעם מױל און נאָז מיט אַ טישו װען איר הוסט. אויב אייער הוסט ווערט ערגער, איר האט בלוט אין אייער ספוטום (שליים וואס איר הוסט אויס) וואס איר האט נישט געהאט בעפאר, אדער איר הייבט אן ארויסהוסטן מער ספוטום, רופט אייער העלטקעיר פראוויידער.

פֿאַרשיידנע COVID-19 אונטערזוכונגען

דערווייַל זענען צווייערליי אונטערזוכונגען צו דיאַגנאָזן COVID-19.

  • א PCR אונטערזוכונג אויכט גערופֿן אַ מאָלעקולאַר אונטערזוכונג. PCR אונטערזוכונגען זענען זייער גענוי, אָבער עס קען נעמען עטלעכע טעג צו באַקומען אייער רעזולטאַטן.
  • א געשווינדיקע אונטערזוכונג, אויכט גערופֿן אַ אַנטיגען אונטערזוכונג. עס נעמט געװענליך ווייניקער ווי אַ שעה צו באַקומען אייער געשווינדיקע אונטערזוכונג רעזולטאַט. אָבער געשווינדיקע אונטערזוכונגען האבען גרעסערע וואָרשייַנלעכגקייט אז PCR אונטערזוכונגען צו געבען פֿאַלשע נעגאַטיווע רעזולטאַטן, דאס מיינט אז שנעלע טעסטס קענען ענדערש צייגן אז איר האט נישט קיין COVID-19 ווען איר האט באמת יא. אויב איר האָט סימפּטאָמס פון COVID-19 און באַקומט אַ נעגאַטיווע רעזולטאַט פון די געשווינדיקע אונטערזוכונג, עס איז בעסטער צו באַקומען אַ PCR אונטערזוכונג צו מאַכן זיכער.

מיט די ביידע סאָרטן פון אונטערזוכונגען, איר וועט באַקומען אַ פּאָזיטיווע אָדער א נעגאַטיווע רעזולטאַט. אַ פּאָזיטיווע רעזולטאַט באַטייַט דעס די אונטערזוכונג ווייַזט אז איר האט COVID-19. א נעגאטיווע רעזולטאט מיינט אז די טעסט האט נישט געצייגט אז איר האט COVID-19.

װיאַזױ זיך אַן עצה געבן מיט סימפּטאָמען

עס איז נוצבאר צו האלטן א טעגליכע טאג-בוך פון אייערע סימפטאמען און די מעדעצינען וואס איר נעמט עס צו באהאנדלען. דאס וועט אייך העלפן זען וויאזוי אייערע סימפטאמען טוישן זיך מיט די צייט. דאס קען זיין נוצבאר אויב איר דארפט זיך פארבינדן אדער באזוכן אייער העלטקעיר פראוויידער.

אױב איר נוצט אַ געצײג פֿאַר שלאָף אַפּנעאַ (אַזױ װי אַ CPAP מאַשינקע) אָדער אַ הײם נעבולײזער, רעדט מיט אײער העלטקעיר פּראָװײדער אײדער איר נוצט עס. די געצײגן קענען פֿאַרשפּרײטן דעם װײרוס װעלכער איז גורם COVID-19.

מעדיצינען

  • איר קענט נוצן אַצעטאַמינאָפֿען (acetaminophen (Tylenol®)) צו העלפֿן באַהאַנדלען פֿיבער, װײטאָגן אין קערפּער און קאָפּװײטאָגן.
    • נעמט נישט מער פון 3 גראם (g) פון אצעטאמינאפען אין 1 טאג. נעמען צופֿיל קען שעדיגן די לעבער.
    • אַצעטאַמינאָפֿען איז זײער אַ פֿאַרשפּרײטער אינגרעדיענט אין אָװער־די־קאַונטער און פּרעסקריפּשאַן מעדיצינען. לײענט תמיד דעם לעיבל אױף די מעדיצינען װאָס איר נעמט. די פולע נאמען אצעטאמינאפען איז נישט אלץ ארויסגעשריבן. פֿאַר אַ ליסטע פֿון פֿאַרשפּרײטע מעדיצינען װאָס אַנטהאַלטן אַצעטאַמינאָפֿען און פֿאַרקירצונגען פֿאַר אַצעטאַמינאָפֿען, לײענט דעם חלק איבער אַצעטאַמינאָפֿען אין אונזער בלאַט How To Check if a Medicine or Supplement Has Aspirin, Other NSAIDs, Vitamin E, or Fish Oil.
  • איבער-דיקאונטער מעדעצינען פאר א פארקילונג וועט נישט מאכן COVID-19 שנעלער אוועקגיין, אבער זיי קענען אייך העלפן אויב איר הוסט, האט א ווייטאגליכע האלז, אדער זענט אנגעלייגט (א פארשטאפטע נאז). נוצט נישט א די-קאנדזשעסטאנט אויב איר האט הויך בלוט דרוק.
  • אנטיביאטיקס וועט נישט מאכן COVID-19 שנעלער אוועקגיין. נעמט נישט קיין אנטיביאטיקס סיידן אויב אייער העלטקעיר פראוויידער הייסט אייך.

אויב איר האט COVID-19 אבער האט נישט קיין סימפטאמען, נעמט נישט קיין פארקילונג מעדעצינען, אצעטאמינאפען (Tylenol), אדער איבער-די-קאונטער נאן-סטערוידאל אנטי-אינפלאמאטארי (NSAIDs) ווי איבופראפעין (Advil®) און נאפראקסען (Aleve®). די מעדיצינען קענען מעגליך באַהאַלטן די סימפּטאָמען פֿון COVID-19.

עס איז אקעי צו נעמען בעיבי אספירין (81 מיליגראם (mg) פער טאג) אויב אייער העלטקעיר פראוויידער האט אייך געזאגט אזוי. אױב איר מײנט אַז איר דאַרפֿט נעמען אַ העכערע דאָזע, רעדט צוערשט מיט אײער העלטקעיר פּראָװײדער.

מעסט זיך אָפּ די טעמפּעראַטור רעגלמעסיג

  • מעסט זיך אָפּ די טעמפּעראַטור 2 מאָל אַ טאָג, אײנמאָל אינדערפֿרי און אײנמאָל בײנאַכט.
    • אױב איר קריגט כעמאָטעראַפּיע און האָט אַ נײער פֿיבער פֿון 100.4 גראַד פֿאַרענהײט (38 גראַד צעלסיוס) אָדער העכער, רופֿט אײער העלטקעיר פּראָװײדער.
    • אױב איר האט א פיבער פון 102 גראד פארענהײט (38.9 גראד צעלסיוס) אדער העכער װאס דױערט במשך 24 שעה און װערט נישט בעסער נאכדעם װאס איר האט גענומען אצעטאמינאפען, רופט אײער העלטקעיר פראװײדער.

עסן און טרינקען

  • עסט לײכטע מאָלצײטן. צום בײשפּיל, עסט 6 קלײנע מאָלצײטן דורכאױס דעם טאָג אָנשטאָט 3 גרױסע. דאָס װעט העלפֿן קעגן איבל און פֿאַרלוסט פֿון אַפּעטיט.
  • טרינקט 6 ביז 8 (8-אָנזן) גלעזער פֿליסיגקײטן יעדן טאָג. דאָס װעט אײך העלפֿן איר זאָלט האָבן גענונג פֿליסיגקײט אין קערפּער און װעט העלפֿן לױז מאַכן די שלײם אין די נאָז און לונגען. װאַסער, ספּאָרט געטראַנקען, קאַרבאַנייטאַד (פיזזי) געטראַנקען אָן קאַפֿעאין, זאַפֿטן, טײ און זופּ זענען גוטע אױסװאַלן.

װיאַזױ צו פֿאַרמײדן די פֿאַרשפּרײטונג פֿון COVID-19

COVID-19 קען גאָר לײַכט אַריבערגעכאַפּט װערן פֿון אײן מענטש צו אַ צװײטן. עס קען זיך פֿאַרשפּרײטן אין טראָפּנדלעך אין די לופֿט אָדער בלײבן אױף אױבערפֿלאַכן נאָכדעם אַז אַ קראַנקער קוסט אָדער ניסט. עס קען זיך אױך פֿאַרשפּרײטן אױב מען רירט אָן אַ קראַנקן און דערנאָך רירט זיך אָן די אױגן, די נאָז און דעם מױל.

פֿאָלגט די אינסטרוקציעס אין דעם חלק כדי צו העלפֿן אָפּשטעלן די פֿאַרשפּרײטונג פֿין COVID-19 צו אַנדערע מענטשן בײ אײך אינדערהײם און די קאָמיוניטי.

  • אויב איר האט COVID-19 סימפטאמען און איר ווארט אויף אייערע טעסט רעזולטאלטן, פאלגט נאך די אינסטרוקציעס ביז:
    • איר באקומט אייער טעסט רעזולטאטן און עס איז נעגאטיוו. אויב איר האָט אַ געשווינדיקע אונטערזוכונג און באַקומט אַ נעגאַטיווע רעזולטאַט, נעמט אַ PCR אונטערזוכונג צו קאָנטראָלירן אייער רעזולטאַטן. האַלט די פאלגענדע אינסטרוקציעס ביז איר באַקומט אַ נעגאַטיווע PCR אונטערזוכונג רעזולטאַט.
  • אויב איר האט נישט COVID-19 סימפטאמען און איר ווארט אויף אייערע טעסט רעזולטאלטן, פאלגט נאך די אינסטרוקציעס ביז:
    • איר באקומט אייער טעסט רעזולטאטן און עס איז נעגאטיוו.
       
  • אויב איר האָט COVID-19 און האָט סימפּטאָמס, פֿאָלגט די אינסטרוקציעס ביז:
    • איר האט נישט געהאט קײן פיבער העכער פון 100.4 גראד פארענהײט (38 גראד צעלסיוס) במשך כאטש 3 טעג אן נעמען קײן מעדיצינען װאס ברענגען אראפ פיבער. בײשפּילן פֿון די מעדיקאַמענטן שליסן אײן אַצעטאַמינאָפֿען (acetaminophen (Tylenol®)), איבופּראָפֿען (ibuprofen (Advil®)), נאַפּראָקסען (naproxen (Aleve®)), פֿולע דאָזע אַספּירין (מער װי 81 מג’ טעגליך) און אינדאָמעטאַסין (indomethacin (Tivorbex®)).
    • אײערע אָטעם פּראָבלעמען זענען בעסער געװאָרן אָדער אײער אָטעמען איז װידער נאָרמאַל געװאָרן.
    • עס איז געווען 10 אדער מער טעג פון אייער ערשטע פאזיטיווע COVID-19 טעסט.
  • אויב איר האט COVID-19 אבער איר האט נישט קיין סימפטאמען, פאלגט אויס די אינסטרוקציעס ביז:
    • עס איז געווען 10 אדער מער טעג פון אייער ערשטע פאזיטיווע COVID-19 טעסט.

אויב עמעצער פון אייער COVID-19 סימפּטאָמס קומען צוריק, פֿאַנגט אָן זאָפֿאָרט װידער צו פֿאָלגן די אינסטרוקציעס און רופֿט אײער העלטקעיר פּראָװײַדער.

געוויסע פאציענטן קענען זיין אנשטעקיג פאר א לאנגע צייט נאך וואס זיי האבן געהאט COVID-19. דאס מיינט אז זיי קענען נאך פארשפרייטן דעם ווירוס צו אנדערע מענטשן, אפילו אויב זיי האבן נישט קיין סימפטאמען. איר קענט נאך זיין אנשטעקיג אויב:

  • איר האט געהאט א זייער ערנסטע קעיס פון COVID-19 און איר זענט געווען אין די שפיטאל.
  • איר האט זייער א שוואכע אימיון סיסטעם (צום ביישפיל, אויב איר האט א בלוט קענסער ווי לימפאמע אדער לוקימיע).
  • איר האט לעצטנס געהאט א סטעם צעל טראנספלאנט.

אויב איר האט א זייער שוואכע אימיון סיסטעם אדער האט לעצטנס געהאט א סטעם צעל טראנספלאנט, רעדט צו אייער העלטקעיר פראוויידער. איר וועט מעגליך דארפן נעמען א PCR אדער רעפיד טעסט צו זיכער מאכן אז איר זענט שוין נישט אנשטעקיג.

בלײבט אינדערהײם אױסער װען איר דאַרפֿט קריגן מעדיצינישע הילף

  • איר זאָלט גאָרנישט טאָן אינדרױסן פֿון אײער הײם אױסער װען איר דאַרפֿט קריגן מעדיצינישע הילף.
    • גײט נישט צו די ארבעט, שולע, אדער אנדערע עפנטליכע ערטער.
    • איר זאָלט נישט נוצן פּובליק טראַנספּאָרטאַציע, רײדשער סערװיסעס און טעקסיס.
  • אויב איר דארפט ארויסגיין פון אייער הויז, טראגט א גוטע מאסק איבער אייער נאז און מויל, אויב מעגליך.
  • אױב איר דאַרפֿט מעדיצינישע הילף, רופֿט ערשט אײער העלטקעיר פּראָװײדער אָנצומעלדן אַז איר קומט.

האַלט זיך אָפּגעזונדערט פֿון אַנדערע מענטשן אינדערהײם

  • קלײבט אױס אַ צימער אינדערהײם. בלײבט אין דעם צימער אָפּגעזונדערט פֿון אַנדערע מענטשן און הױז־חיות אַזױ װײט װי מעגליך.
  • נוצט אַ באַזונדערע װאַשצימער אױב איר האָט עס.
  • כאָטש אײנמאָל אַ טאָג רײניגט און דיסאינפֿיצירט די פֿלאַכן װאָס איר רירט אָפֿט אָן (אַזױװי פֿאָנס, רעמאוט קאָנטראָלס, טיר הענטלעך, װאַשצימער פֿיקסטשורס, טױלעטס, קיבאָרדס, טעבלעטס, קאַונטערס, טישן, און טישלעך בײ די בעטן). אױב די פֿלאַך איז שמוציג, נוצט צוערשט זײף און װאַסער אָדער אַ קלינינג ספּרעי אָדער װײפּ. דאן נוצט א הויז-דיסאינפעקטענט. פֿאָלגט די אינסטרוקציעס אױפֿ’ן לעיבל.
  • לאזט נישט קיינעם אייך באזוכן.
  • אויב איר דאַרפֿט צו זיין נעבן מענטשן אָדער חיהלעך אין אייער שטוב:
    • בלייַבט בייַ מינדסטער 6 פֿיס (2 מעטער) אַוועק ווי פיל ווי איר קענט.
    • טראגט א גוטע מאסק, אויב מעגליך.
    • עפֿענט די פֿענצטער צו ערמעגליכן די באַװעגונג פֿון לופֿט.

וואַהלן אַ קעיר געבער

אױב איר דאַרפֿט הילף, קלײבט אױס אײן מענטש אין שטוב זיך זאָרגן פֿאַר אײך. אײער קעירגעבער דאַרף זײן געזונט. זיי זאלן נישט האבן סיי וועלכע כראנישע (לאנג-טערמיניגע) מעדעצינישע אומשטענדן אדער א שוואכע אימיון סיסטעם. עס איז די בעסטע אויב אייער קעיר געבער איז אינגאנצן וואקסינירט קעגען COVID-19.

אײער קעירגעבער דאַרף פֿאָלגן די אינסטרוקציעס אין אונזער בלאַט זיך אַן עצה געבן מיט COVID-19 אינדערהײם: אינפֿאָרמאַציע פֿאַר קעירגעבערס.

טראגט א גוטע מאסק

  • טראגט א גוטע מאסק איבער אייער נאז און מויל אויב איר דארפט זיין ארום אנדערע מענטשן אדער שטוביגע באשעפענישן, אפילו אינדערהיים. איר דארפט נישט טראגן א מאסק ווען איר זענט אליין.
  • איר דארפט נישט טראגן א מאסק אויב איר האט אטעמען פראבלעמען ווען איר האט עס אן אדער אויב איר קענט עס נישט אליין אויסטון.
  • פאר מער אינפארמאציע וועגן טראגן א מאסק, ליינט די ארטיקלען און .

דעקט צו אײערע הוסטן און ניסן

  • דעקט צו דעם מױל און נאָז מיט אַ טישו װען איר הוסט אָדער ניסט. לײגט אַרײן די גענוצטע טישוס אין אַ מיסט קאַסטן מיט אַ זאַק אינעװײניג און מיט אַ לעדל.
  • תיכף װאַשט זיך די הענט נאָכדעם װאָס איר הוסט אָדער ניסט.
    • אױב איר װאַשט זיך די הענט מיט זײף און װאַסער, מאַכט די הענט נאַס און זײפֿט זײ אָן. רײבט גוט די הענט במשך כאָטש 20 סעקונדעס און שװענקט אױס. טריקנט אפ אייער הענט מיט א פאפיר טאוועל און נוצט דעם זעלבן פאפיר טאוועל צו פארמאכן דעם קראן. אויב איר האט נישט קיין פאפיר האנטוכער, איז גוט צו נוצן ריינע שמאטעס. טױשט זײ װען זײ װערן נאַס.
    • אויב איר נוצט אלקאהאל באזירטע האנט סאניטייזער, מאכט זיכער צוצודעקן אלע טיילן פון אייערע הענט דערמיט. רייבט אייערע הענט צוזאמען ביז זיי זענען טריקן.

איר זאָלט זיך נישט טײלן מיט פּערזענליכע זאַכן

  • נוצט נישט די זעלבע עלעקטראנישע כלים (ווי א סעלפאון אדער טאבלעט), געשיר, גלעזער, קאפס, עסן געצייג, האנטוכער, אדער בעטגעוואנט מיט אנדערע מענטשן אדער שטוביגע באשעפענישן אין אייער הויז.
  • וואשט גוט גענוצטע געשיר, גלעזער, קאפס, און עסן געצייג מיט זייף און הייסע וואסער אדער אין א דישוואשער.
  • האַלט אײער שמוציגע װעש אין אַ לאָנדרי זאַק. שאקלט נישט אייער שמוץ-וועש. וואַשט עס לויט די אינסטרוקציעס אויף די אַרטיקלען מיט די וואָרמאַסט וואַסער רעגלונג וואס איר קענט. טרוקענט עס גוט אױס. נוצט די הייסע באַשטימונג, אויב איר קענט. עס איז אקעי צו אויסמישן אייער שמוץ-וועש מיט אנדערע שמוץ-וועש.

עצות איבער פֿאַרװאַלטן סטרעס

עס איז גאַנץ נאָרמאַל צו זײן באַזאָרגט איבער COVID-19, בפֿרט װען איר זענט קראַנט אָדער עמיצער װעם איר האָט ליב איז קראַנק. איר קענט זיך זאָרגן פֿאַר זיך אַלײן דורך טאָן זאַכן אַזױװי׃

  • רופֿן אָדער האַלטן אַ װידעאָ שמעוס מיט אַ פֿרײנד אָדער עמיצן װעם איר האָט ליב.
  • הייבט אן א נייע האבי אדער טוט אן אקטיוויטעט וואס איר האט נישט געווענליך צייט פאר דעם.
  • נעמען אַן איבעררײס פֿון די נײעס.

MSK האָט פילע פּראָפעסיאָנאַלן, װאָלונטירן און חיזוק גרופּעס װאָס קענען אײך העלפן זיך אַן עצה געבן במשך די צײט. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע און מערערע עצות װיאַזױ זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס, לײענט אונזער בלאַט װיאַזױ זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט פאַראורזאַכט דורך COVID-19.

װען איר זאָלט זיך פֿאַרבינדן מיט אײער העלטקעיר פּראָװײדער

רופֿט אײער העלטקעיר פּראָװײדער זאָפֿאָרט אױב׃

  • איר האָט שװעריגקײט צו אָטעמען װען איר רוהט.
  • איר האָט שװעריגקײט צו אָטעמען װען איר גײט קורצע מהלכים. אַ בײשפּיל פֿון אַ קורצן מהלך איז גײן פֿון אײן צומער אין אַ צװײטן, בערך 25 פֿיס (7.6 מעטער).
  • איר קריגט כעמאָטעראַפּיע און האָט אַ נײע פֿיבער פֿון 100.4 גראַד פֿאַרענהײט (38 גראַד צעלסיוס) אָדער העכער.
  • איר האט א פיבער פון 102 גראד פארענהײט (38.9 גראד צעלסיוס) אדער העכער װאס דױערט במשך 24 שעה און װערט נישט בעסער נאכדעם װאָס איר האט גענומען אצעטאמינאפען.
  • ס’איז דאָ בלוט אין אײער שלײם (sputum).
  • איר האָט װײטאָג אין די ברוסט.
  • דער קאָפּ טוט אײך גאָר שטאַרק װײ.
  • איר האָט פֿראַגעס אָדער זאָרגן.

פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע וועגן וואָס צו טאָן אויב איר אָדער אַ מענטש אין אייער שטוב האָט COVID-19, באַזוכט www.cdc.gov/coronavirus/2019-ncov/if-you-are-sick. פֿאַר די לעצטע אינפֿאָרמאַציע וועגן ווי MSK איז צוגעגרייט פֿאַר COVID-19, באַזוכט www.mskcc.org/coronavirus

לעצט אַפּדעיטעד

מיטװאָך, יאַנואַר 12, 2022