זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט במשך COVID-19: אינפֿאָרמאַציע פֿאַר עלטערן פֿון קענסער איבערלעבער

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 6 מינוטן

די אינפֿאָרמאַציע ערקלערט װיאַזױ איר קענט זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט אַלס אַ פֿאָטער/מוטער פֿון קענסער איבערלעבער במשך COVID-19.

אױב אײער קינד האָט געהאַט קענסער, קענט איר מעגליך האָבן אױסנעמליכע שװעריגקײטן און זאָרגן במשך COVID-19. איר קענט אַצינד מעגליך האָבן מערערע זאָרגן װי עלטערן װעמענס קינדער האָבן נישט געהאַט קײן ערנסטע קראַנקהײט. איר קענט מעגליך האָבן פֿילע פֿראַגעס, אַרײנגערעכנט׃

  • צי מײנט דאָס װאָס מײן קינד האָט געהאַט קענסער אַז דאָס קינד האָט אַ העכערע ריזיקע פֿון COVID-19?
  • װיאזױ זאָל איך רעדן מיט’ן קינד איבער COVID-19?
  • װיאזױ זאָל איך זיך ספּראַװען מיט’ן מינד’ס זאָרגן און לעבנסשטײגער טױשן במשך די צײט?
  • װיאזױ זאָל איך זיך ספּראַװען מיט’ן קינד’ס עמאָציאָנעלע און עדיוקעישאַן גערױכן אָן קײן שטיצע און קײן צוטריט צו פּנים אל פּנים שטיצע פֿון די שולע אָדער אַנדערע קאָמיוניטי סערװיסעס?

עס איז גאַנץ נאָרמאַל צו האָבן די פֿראַגעס און זיך שפּירן אָנגעצױגן און באַזאָרגט איבער COVID-19. אַלס אַ מאָטער אָדער פֿאָטער פֿון אַ קענסער איבערלעבער, קענט איר האָבן אַ סך פֿאַרשידענע געפֿילן צוליב COVID-19. איר קענט שפּירן נענטער צו מענטשן װאָס פֿאַרשטײען אײער איבערלעבונג מיט קענסער. איר קענט שפּירן אַז איר קענט זיך אַן עצה געבן מיט סאָשעל דיסטענסינג בעסער װי רוב מענטשן. איר קענט זײן אומגעדולדיג מיט מענטשן װאָס באַקלאָגן זיך איבער סאָשעל דיסטענסינג. דאָס זענען נאָרמאַלע רעאַקציעס צו דעם װאָס איר לעבט איבער. עס איז אָקעי זיך צו שפּירן אַזױ, אָבער עס איז װיכטיג זיך אַן עצה געבן מיט אײער סטרעס און אומרואיגקײט כדי איר זאָלט קענען בלײבן פֿאַרזיכערט און געזונט במשך די צײט און שטיצן אײער קינד.

זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט במשך COVID-19

געדענקט אַז עס איז נישטאָ קײן ריכטיגער אָדער אומריכטיגער װעג זיך ספּראַװען מיט סטרעס פֿאַראורזאַכט דורך COVID-19. יעדער אײנער ספּראַװעט זיך אַנדערש. דאָ האָט איר אײניגע זאַכן װאָס איר קענט טון צו געבן אַכטונג אױף זיך און זיך אַן עצה געבן מיט’ן סטרעס במשך די צײט כדי איז זאָלט קענען שטיצן אײער קינד. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע, לײענט זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט במשך COVID-19: אינפֿאָרמאַציע פֿאַר קענסער איבערלעבער.

  • פֿאַרשטײט אײער קינד’ס ריזיקע. רעדט מיט’ן קינד’ס העלטקעיר פּראָװײדער איבער דעם קינד’ס געזונט ריזיקעס במשך COVID-19 און װאָס איר קענט טון צו העלפֿן דאָס קינד װערן אָפּגעהיט. דאָס װאָס אײער קינד האָט געהאַט קענסער מײנט נישט אַז דאָס קינד האָט אַ העכערע ריזיקע פֿון COVID-19, אָבער איר זאָלט נאָכאַלץ באַשיצן זיך אַלײן און אײער משפּחה דורך פֿאָלגן CDC אָנװײזונגען, אזױװי װאַשן אָפֿט די הענט און פֿאַרמײדן נאָנטן קאָנטאַקט מיט מענטשן װאָס זענען קראַנק אָדער װאָס װאױנען נישט צוזאַמען מיט אײך.
  • אָנערקענט אײערע געפֿילן. אַקצעפּטירט אַז דאָס איז אַ שװערע צײט פֿאַר יעדן אײנעם, באַזונדערס די װעמענס קינדער האָבן אָדער האָבן געהאַט קענסער. געדענקט אַז איר זענט נישט אַלײן אין דעם מצב. עס איז גאַנץ נאָרמאַל צו האָבן מורא אָדער זיך שפּירן אומרואיג.
  • זענט אינפֿאָרמירט. עס איז װיכטיג זיך צו האַלטן אפּדעיטעד מיט די נײעס װאָס איז שײך COVID-19 כדי איר זאָלט בלײבן געזונט און אָפּגעהיט. מאַכט זיכער אַז איר קריגט די אינפֿאָרמאַציע פֿון קראַנטע און טרױבאַרע קװעלער, אַזױװי די װעבסײטס פֿון די צענטערס פֿאַר קראַנקהײט קאָנטראָל און פֿאַרמײדונג (Centers for Disease Control and Prevention) (www.cdc.gov) און דעם ניו יאָרק סיטי דעפּאַרטמענט אַװ העלט און מענטאַל הײדזשין (New York City Department of Health and Mental Hygiene) (www1.nyc.gov).
  • נעמט אַן איבעררײס פֿון די נײעס װען איר דאַרפֿט עס. הגם עס איז װיכטיג זיך צו האַלטן אפּדעיטעד מיט די נײעס במשך די צײט, קען מען זיך שפּירן איבערגעװעלטיגט. נעמט איבעררײסן פֿון קוקן, לײענען און זיך צוהערן צו די נײעס, אַרײנגערעכנט סאָשעל מידיאַ, װען איר שפּירט זיך אומרואיִג.
  • אָנערקענט װאָס איר קענט יאָ קאָנטראָלירן און נישט קאָנטראָלירן. הגם עס זענען דאָ פֿילע זאַכן װאָס מיר װײסן נישט איבער COVID-19, פֿאָקוסירט זיך אױף דעם װאָס איר קענט יאָ טון כדי צו באַשיצן זיך אַלײן און אײער משפּחה. מאַכט זיכער אַז איר און אײער משפּחה פֿאָלגן CDC אָנװײזונגען זיך צו באַשיצן. די לעבנסשטײגער טױשן װאָס מיר אַלע מאַכן דורך קענען אפֿשר זײן ענליך צו דעם װאָס איר האָט איבערגעלעבט בשעת װאָס אײער קינד האָט באַקומען קענסער באַהאַנדלונג, אזױװי זיך זאָרגן איבער דזשערמס און נישט קענען טון געװיסע אַקטיװיטעטן. געדענקט אַז איר זענט מער צוגעגרײט אױסצופֿאָלגן די אָנװײזונגען װי אַנדערע.
  • רעדט מיט’ן קינד איבערדעם װאָס עס קומט פֿאָר. לאָזט דאָס קינד װיסן אַז איר פֿאַרשטײט אַז דאָס איז אַ שװערע צײט און אַז דאָס קינד קען פֿרעגן פֿראַגעס אָדער אױסדריקן די געפֿילן אױב ער/זי װיל. יעדעס קינד ספּראַװעט זיך אַנדערש און נישט יעדער אײנער װיל רעדן. לאָזט דאָס קינד װיסן אַז זײנע געפֿילן מאַכן יאָ אױס פֿאַר אײך און דאָס קינד קען קומען צו אײך פֿאַר חיזוק. פּרובירט צו האָבן ערליכע שמועסן װען דאָס קינד איז גרײט צו רעדן כדי ער/זי זאָל זיך פֿילן פֿאַרשטאַנען און נישט אַזױ אײנזאַם.
  • פֿאַרברענגט מיט אײער קינד. הגם איר און אײער קינד האָבן פֿיל דורכגעמאַכט צוזאַמען, איז דאָך װיכטיג צו בלײבן פֿאָקוסירט אױף דעם הײנטיגן טאָג. פּרובירט אָפּצולײגן עטליכע מינוטן יעדן טאָג צו טון עפּעס צוזאַמען מיט דעם קינד װאָס איר בײדע האָט ליב צו טון. איר קענט שאַפֿן אַ קשר מיט’ן קינד דורך קונסט, שפּילן אָדער נאָך עפּעס אַן אַקטיװיטעט װאָס דאָס קינד קלײַבט אױס. עס איז מעגליך אַז דאָס קינד װעט האָט הנאה העלפֿנדיג אױסטראַכטן װאָס איר קענט טון צוזאַמען.
  • שטײט אין פאַרבינדונג מיט אײערע משפּחה מיטגלידער און פרײנד. הגם איר קענט זיך פּערזענליך נישט זען מיט די װעם איר האָט ליב, קענט איר זײ רופן, טעקסטן און װידעאָ-שמועסן מיט זײ. עס קען זײַן בײהילפיג צו פּלאַנען טעגליכע רופן מיט די װעם איר האָט ליב װאָס איר קענט פאָראױסקוקן דערצו. איר קענט אױך פּרובירן צו װידעאָ-שמועסן מיט אײער משפּחה בשעת מאָלצײטן אָדער צו שפּילן צוזאַמען.
  • קריגט עמאָציאָנעלע חיזוק. רעדט מיט מענטשן צו װעמען איר האָט צורױ איבער אײערע געפֿילן. עס קען זײן עמיצער װאָס האָט אײך געהאָלפֿן בשעת װאָס אײער קינד האָט געהאַט קענסער באַהאַנדלונג אָדער אַ פּראָפֿעסיאָנאַל, אזױװי אַ טעראַפּיסט אָדער סאָציאַלער אַרבעטער. עס װעט אײך מעגליך אױך העלפֿן צו רעדן מיט אַנדערע עלטערן פֿון קענסער איבערלעבער װאָס האָבן אפֿשר די זעלבע געפֿילן װי איר במשך COVID-19. רעדט מיט אײער סאָציאַלע אַרבעטער אױב איר װילט זיך פֿאַרבינדן מיט אַנדערע עלטערן.
  • טרעפֿט צײט פֿאַר זיך אַלײן. געדענקט אַז דאָס איז אַ שװערע צײט פֿאַר יעדן אײנעם און אַז די בעסטע װאָס איר קענט טון פֿאַר אײער קינד איז געבן אַכטונג אױף זיך אַלײן. טרעפֿט צײט זיך אָפּצושפּאַנען און טון עפּעס פֿאַר זיך אַלײן, אַזױװי זיך אױסבאָדן אָדער טון אַן אַקטיװיטעט װאָס איר האָט ליב אָבער האָט געװענליך נישט קײן צײט דערפֿאַר.

רעסורסן אין MSK

עס מאַכט נישט אױס װאו איר זענט אױף די װעלט - חיזוק איז דאָ צו באַקומען פאַר אײך און אײער משפּחה. MSK טוט אָנבאָטן אַ רײע רעסורסן אײך צו העלפֿן זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט פֿאַראורזאַכט דורך COVID-19. רופֿט אײער דאָקטאָר’ס אָפֿיס פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע אָדער צו װערן פֿאַרבונדן מיט סײ װעלכע פֿון די רעסורסן.

סאציאלע ארבעט
212-639-7020
www.mskcc.org/experience/patient-support/counseling/social-work-support
אונזערע סאציאלע ארבעטערס שטעלן צו עמאציאנאלע שטיצע און הדרכה פאר פאציענטן און זייערע פאמיליעס, פריינט, און קעיר געבער. סאָשעל אַרבעט טוט אָנבאָטן פּראָגראַמען, אַרײנגערעכנט סײ פּנים־אל־פּנים, סײ אָנלײן חיזוק גרופּעס. סאָשעל אַרבעטערס זענען פאַראַן בײ יעדע MSK לאָקאַל. צו רעדן מיט אַ סאָציאַלע אַרבעטער, רופֿט 212-639-7020.

אױב איר זענט פֿאַראינטערעסירט זיך אָנצושליסן אין אַן אָנלײן חיזוק גרופּע, באַזוכט דעם װירטועלע פּראָגראַמען װעבסײט אױף www.mskcc.org/vp פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע און זיך אײנצושרײבן.

קאונסעלינג צענטער
646-888-0200
www.mskcc.org/experience/patient-support/counseling
MSK’sמ.ס.ק.’ס קאונסלערס טוען צושטעלן קאונסלינג פאר מענטשן, פארפעלקער, פאמיליעס, קעירגעבער, און גרופעס. זײ קענען אױך פאַרשרײבן מעדיצינען צו העלפן מיט אומרואיגקײט, דעפּרעסיע, און אַנדערע פּראָבלעמען פון גײַסטישע געזונט. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע, רופֿט 646-888-0200.

קעירגעבער קליניק
646-888-0200
www.mskcc.org/experience/caregivers-support/caregiver-services
ביי MSK, די קעירגעבער קליניק טוט צושטעלן שטיצע ספעציפיש פאר קעירגעבער וועלכע האבן שוועריגקייטן זיך ספראווען מיט די פאראנטווארטליכקייטן פון קעירגעבער. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע, רופֿט די קעיר געבער קליניק אױף 646-888-0200.

גייסטיגע קעיר
212-639-5982
www.mskcc.org/spiritual-religious-care
ביי MSK,אונזערע טשאפלעינס (גייסטיגע קאונסעלארס) זענען גרייט אייך צו אויסהערן, העלפט שטיצן פאמיליע מיטגלידער, דאווענען, זיך פארבינדן מיט קאמיוניטי קלערגי אדער גלויבונג גרופעס, אדער פשוט אייך בארואיגן און געבן האפענונג. יעדער אײנער קען זיך זען מיט אַ טשעפּלען, אָפּגעװיזן פון זײער רעליגיע. MSK האָט אױך אַן אינטעררעליגיעזע טשעפּל װאָס איז אָפן פאַר אַלע. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע, רופֿט 212-639-5982.

אינטעגראטיוו מעדעצין סערוויס
www.mskcc.org/integrativemedicine
אונזער אינטעגראטיוו מעדיצין סערוויס שטעלט צו פילע סערוויסעס צו מיטגיין מיט טראדיציאנאלע מעדיצינישע קעיר, אריינגערעכנט מוזיק טעראפיע, מח/קערפער טעראפיעס, טאנצן און באוועגונגען טעראפיע, יאגע, און אנרירן טעראפיע. צו סקעדזשועלן אן אפוינטמענט פאר די סערוויסעס, רופט 646-449-1010.

איר קענט אויך סקעדזשועלן א קאנסולטאציע מיט א העלטקעיר פראוויידער אין די אינטעגראטיוו מעדעצין סערוויס. זיי וועלן ארבעטן מיט אייך אויפצוקומען מיט א פלאן צו צוזאמשטעלן א געזונטע לעבנסשטייגער און מענעדזשן זייטיגע ווירקונגען. צו מאכן אן אפוינטמענט, רופט 646-608-8550.

פאציענט און קעירגעבער עדיוקעישאן
www.mskcc.org/pe
באזוכט די פאציענט און קעירגעבער עדיוקעישאן וועבזייטל צו זוכן אויף אונזער ווירטועל לייברערי. איר קענט דאָרט טרעפן שריפטליכע לערן רעסורסן, װידעאָס און אָנלײן פּראָגראַמען.

ריסאורסעס פאר’ן לעבן נאך קענסער (Resources for Life After Cancer, RLAC)
646-888-8106
www.mskcc.org/experience/living-beyond-cancer/services-survivors
ביי MSK, קעיר ענדיגט זיך נישט ווען אייער באהאנדלונג ענדיגט זיך. דער RLAC פּראָגראַם איז פאַר פּאַציענטן און זײערע משפּחות װאָס האָבן פאַרענדיגט די באַהאַנדלונג. דער פּראָגראַם האָט פילע סערװיסעס, אַרײנגערעכנט סעמינאַרן, װאָרקשאָפּס, חיזוק גרופּעס, קאַונסעלינג איבער לעבן נאָך באַהאַנדלונג, און הילף מיט אינשורענס און עמפּלױמענט אישוס. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע, רופֿט 646-888-8106.

ווירטועל פראגראמען
www.mskcc.org/vp
מ.ס.ק.’ס ווירטועל פראגראמען שטעלן צו אנליין עדיוקעישאן און שטיצע פאר פאציענטן און קעירגעבערס, אפילו ווען איר קענט נישט קומען צו MSK פערזענליך. דורך לײװ אינטעראַקטיװע סעשאַנס קענט איר זיך לערנען איבער אײער דיאַגנאָז, װאָס צו ערװאַרטן במשך באַהאַנדלונג און װיאַזױ זיך צוגרײטן צו די פאַרשידענע שטאַפּלען אין אײער קענסער קעיר. סעשאַנס זענען קאָנפידענציעל, פרײ פון אָפּצאָל און װערן געפירט דורך קלינישע עקספּערטן. אױב איר זענט פֿאַראינטערעסירט זיך אָנשליסן אין אַ װירטועלע פּראָגראַם, באַזוכט אונזער װעבסײט אױף www.mskcc.org/vp פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע.

לעצט אַפּדעיטעד

מאָנטאָג, אַפּריל 24, 2023