די אנווייזונג וועט אייך העלפן זיך גרייטן פאר אייער טאראקאואבדאמינאל (thor-A-koh-ab-DAH-mih-nul) אפעראציע ביי MSK. עס וועט אייך אויך העלפן פארשטיין וואס צו ערווארטן בשעת אייער אויסהיילונג.
ניצט דעם אנווייזונג אלס א קוואל פון אינפארמאציע אין די טעג וואס פירן צו אייער אפעראציע. ברענגט עס מיט אייך אויפ’ן טאג פון אייער אפעראציע. איר צוזאמען מיט אייער העלטקעיר טיעם וועלן זיך ווענדן צו דעם אזויווי איר לערנט מער איבער אייער היילונג.
אין דעם ריסארס, וועלן די ווערטער “איר” און “אייערע” זיך ווענדן צו אייך אדער אייער קינד.
וועגן אייער אפעראציע
איבער נוראובלאסטאמא
אייער אוטפאציענט MSK קידס דייעטישען וועט אייך העלפן פירן אייער דיעטע און ערנערונג איינמאל איר פארלאזט די שפיטאל. נארמאל, נוראובלאסטס אנטוויקלען זיך צו נערוון סעלס צו בויען אייער נערוויס סוסטעם איידער איר געבוירט. נוראובלאסטאמא געשעהט ווען אייער נוראובלאסטס הייבן אן צו וואקסן ארויס פון קאנטראל און פארעמען א געוואוקס.
באהאנדלונג פלענער פאר נוראובלאסטאמא ווענדן זיך אויף פיל זאכן, אריינגערעכנט וואו די געוואוקס איז אין אייער קערפער. אויב עס איז אין די אויבערשטן טייל פון אייער אבדאמען (בעלי), וועט אייער דאקטער מעגליך רעקאמענדירן טאראקאואבדאמינאל אפעראציע אלס א טייל פון אייער באהאנדלונג פלאן.
איבער טאראקאואבדאמינאל אפעראציע
טאראקאואבדאמינאל אפעראציע איז אן אפט-געטוענע סערדזשיקל באהאנדלונג פאר נוראובלאסטאמא אין די אויבערשטן טייל פון אייער אבדאמען. עס קען אויך ווערן געניצט צו העלפן באהאנדלן אנדערע סארטן געוואוקסן, אבער דאס איז ווייניגער אפט-געטוען. אייער סערדשען וועט רעדן מיט אייך אויב איר דארפט האבן טאראקאואבדאמינאל אפעראציע פאר אן אנדערע סארט קענסער ווי נוראובלאסטאמא.
בשעת אייער טאראקאובדאמינאל אפעראציע, וועט אייער סערזשען מאכן א שיפע שניט (סערדשיקאל שנייד) פון די נידריגע טייל פון אייער ברוסטקאסטן (טוראקס) צו די אויבערשטען טייל פון אייער אבדאמען (זע בילד 1). דאס העלפט זיי זעהן די פלאץ קלארעהייט כדי זיי זאלן קענען אוועקנעמען די געוואוקס אויף א פארזיכערטן אופן.

בילד 1. טאראקאואבדאמינאל שניט
אייער סערדזשען און אנדערע מיטגלידער פון אייער קעיר טיעם וועלן רעדן מיט אייך איבער וואס צו ערווארטן איידער, בשעת, און נאך אייער אפעראציע. זיי וועלן אריינגיין אין פרטים וועגן די פלאן פאר אייער אפעראציע און ענטפערן סיי וועלכע פראגעס איר האט.
ווערן גרייט פאר אייער אפעראציע
די טייל וועט אייך העלפן זיך גרייטן פאר אייער אפעראציע. ליינט עס ווען אייער אפעראציע איז געסקעדזשועלט. קוקט עס איבער ווען עס ווערט נענטער צו אייער אפעראציע. עס פארמאגט וויכטיגע אינפארמאציע וואס צו טון צו ווערן גרייט.
ווען איר ליינט אדורך דעם טייל, שרייבט אראפ סיי וועלכע פראגעס וואס איר ווילט פרעגן אייער העלטקעיר פראוויידער.
ווערן גרייט פאר אייער אפעראציע
איר מיט אייער קעיר טיעם וועלן ארבעטן צוזאמען צו ווערן גרייט פאר אייער אפעראציע. עס איז וויכטיג אונז צו זאגן אויב:
- איר נעמט פרעסקריפשען אדער איבער’ן-קאונטער מעדיצינען אדער דיעטישע סופלעמענטן. איר קענט מעגליך דארפן אויפהערן נעמען אפאר פון אייער מעדעצינען און סופלעמענטן איידער אייער אפעראציע. זיי קענען העכערן אייער ריזיקע פון שוועריקייטן בשעת אייער אפעראציע. וויטאמינען און הערבל רעמעדיס זענען ביישפילן פון דיעטישע סופלעמענטן.
- איר האט סיי וועלכע אַלערגיעס.
- איר האט געהאט פראבלעמען מיט אנעסטעזיע אין די פארגאנגענהייט.
נוצן MyMSK
MyMSK (my.mskcc.org) איז אייער MSK פאציענט פארטאל אקאונט. איר קענט עס נוצן צו שיקן און ליינען מעסעדשעס פון אייער קעיר טיעם, זעהן אייער טעסט רעזולטאטן, זעהן אייער אפיונטמענט דאטומס און צייטן, און נאך. איר קענט אויך איינלאדענען אייער קעירגעבער צו עפענען זייער אייגענע אקאונט כדי זיי זאלן קענען זען אינפארמאציע איבער אייער קעיר.
אויב איר האט נישט א MyMSK אקאונט, קענט איר זיך איינשרייבן ביי my.mskcc.org. איר קענט באקומען אן איינשרייבונג ID דורך רופן 646-227-2593 אדער אייער דאקטער’ס אפיס.
פאר הילף, קוקט How to Enroll in MyMSK: Memorial Sloan Kettering's Patient Portal. איר קענט זיך אויך פארבינדן מיט די MyMSK הילף דעסק דורך אימעיל’ן [email protected] אדער רופן 800-248-0593.
איבער אייערע MyMSK צילן צום דיסטשארדש טשעק-ליסט
ווען אייער אפעראציע איז פארריבער, וועט איר זיך קאנצעטרירן צו ווערן גענוג געזונט צו פארלאזן דעם שפיטאל. מיר וועלן שיקן א “צילן צום דיסטשארדש” טשעק ליסט צו אייער MyMSK אקאונט.
איר קענט נוצן אייער MyMSK צילן צום דיסטשארדש טשעק-ליסט צו זען די צילן וואס איר דארפט דערגרייכן פארן פארלאזן די שפיטאל. איר קענט אויך אפדעיטן אייער פארשריט דורכאויס די טאג. אייערע אפדעיטס שיקן אלערטס צו אייער סורדזשיקל טיעם וועגן אייער פארשריט.
פאר מער אינפארמאציע, ליינט Frequently Asked Questions About the MyMSK Goals to Discharge Checklist.
איבער פארבעסערטע אויסהיילונג נאך אן אפעראציע (ERAS)
ERAS איז א פראגראם אייך צו העלפן ווערן בעסער שנעלער נאך אייער אפעראציע. אלס א טייל פון די ERAS פראגראם, איז עס וויכטיג צו טוען געוויסע זאכן איידער און נאך אייער אפעראציע.
איידער אייער אפעראציע, מאכט זיכער איר זענט גרייט דורך טוען די פאלגנדע זאכן:
- ליין דורך דעם וועגווייזער. עס וועט אייך העלפן וויסן וואס צו ערווארטן איידער, בשעת, און נאך אייער אפעראציע. אויב איר האט פראגעס,שרייבט זיי אראפ. איר קענט פרעגן אייער העלט קעיר פראוויידער ביי אייער קומענדיגע אפוינטמנט, אדער קענט איר רופן זייער אפיס.
- מאכט איבונגען און פאלגט נאך א געזונטע דיעטע. דאס וועט העלפן מאכן אייער גוף גרייט פאר אייער אפעראציע.
נאך אייער אפעראציע,העלפט אייך זיך אויסהיילן שנעלער דורך טוען די פאלגנדע זאכן:
- ליין אייער אויסהיילונג פלאן. דאס איז א שריפטליכע עדיוקעשינאל קוואל וואס אייער העלט קעיר פראוויידער וועט אייך געבן. עס האט צילן פאר אייער אויסהיילונג און וועט אייך העלפן וויסן וואס צו טוען און וואס צו ערווארטן אויף יעדע טאג בשעת אייער אויסהיילונג.
- הויבט אן זיך ארום ריקן וויבאלד איר קענט. ווי פריער איר קומט ארויס פון בעט און ריקט זיך, קריכט, אדער שפאצירט, אלס שנעלער וועט איר קענען צורוקגיין צו אייער געווענטליכע אקטיוויטעטן.
טעסטינג פארן אפעראציע
איידער אייער אפעראציע, וועט איר האבן אן אפיונטמענט פאר פריסערדשזיקאל טעסטינג (PST) אדער פעדייאטריק פריסערדשזיקאל טעסטינג (PPST). די דאטום, צייט, און פלאץ פון אייער אפיונטמענט וועט זיין געדריקט אויף די אפיונטמענט דערמאנונג פון אייער סערדשזען’ס אפיס. איר קענט עסן און נעמען אייער געווענטליכע מעדעצינען די טאג פון אייער אפיונטמענט.
בשעת אייער אפיונטמענט, וועט איר זיך טרעפן מיט א נורס פראקטישאנער (NP) וואס ארבעט נאנט צוזאמען מיט אייער סערדשזעקאל טיעם. אייער NP וועט איבערקוקן אייער מעדעצינישע און סערדשזיקאלע פארגאנגענהייט מיט אייך. איר קענט מעגליך האבן טעסטס, אזוי ווי אן עלעקטראוקארדיאוגראם (EKG) צו באקוקן אייער הארץ קלאפעניש, א ברוסטקאַסטן עקס-רעי, בלוט טעסטס, און סיי וועלכע אנדערע טעסטס וואס נויטיגט זיך צו פלאנירן אייער קעיר. אייער NP קען מעגליך אויך פארשלאגן אז איר זאלט זעהן אנדערע העלט קעיר פראוויידערס.
אייער NP וועט אויך רעדן מיט אייך איבער וועלכע מעדעצינען צו נעמען די צופרי פון אייער אפעראציע.
עס איז בייהילפיג צו ברענגען די פאלגנדע זאכן צו אייער אפיונטמענט:
- אלע מעדעצינען וואס איר נעמט, אריינגערעכנט פרעסקריפשען און איבער’ן-קאונטער מעדיצינען, פאטשעס, און שמיראכצן.
- רעזאלטאטן פון סיי וועלכע טעסטס געטוען געווארן אינדרויסן פון MSK, אזוי ווי א הארץ סטרעס טעסט, עקאוקארדיאוגראם, אדער קאראוטיד דאפלער סטאדי.
- די נאמען (נעמען) און טעלעפאן נומער(ן) פון אייער העלט קעיר פראוויידער(ס).
פידייאטריק ווייטאג און פאליאטיוו קעיר טיעם (PACT)
די פידייאטריק ווייטאג און פאליאטיוו קעיר טיעם (PACT) איז א טיעם פון דאקטורים און NP’ס וואס שטיצן קינדער און פאמיליעס מיט ערנסטע קראנקייטן ביי MSK קידס.
די ציל פון פאליאטיוו קעיר איז צו העלפן אייך און אייער פאמיליע בשעת אייער באהאנדלונג. מיר העלפן אייך מיט פיזישע, מענטאלישע, סאציאלע, און גייסטישע שווערקייטן. פאליאטיוו קעיר איז וויכטיג און בייהילפיג פאר יעדער איינער: יעדע עלטער, שטאפל פון קראנקייט, און אויב איר זענט אין שפיטאל אדער אן אויטפעישאנט.
די PACT שעצט אייער באשלוסן, ווערדן, און קולטוראלע גלויבונגען. מיר מוטיגן אייך און אייער פאמיליע צו זיין אקטיוו אין מאכן באשלוסן איבער אייער צילן און פלענער פון קעיר. מיר וועלן ארבעטן צוזאמען מיט אלע מיטגלידער פון אייער קעיר טיעם. אונזער ציל איז צו מאכן זיכער אז איר און אייער פאמיליע האבן די שטיצע וואס איר ברויכט צו לעבן ווי גוט מעגליך.
אינטערגרעיטיוו מעדיצין
MSK’ס אינטערגרעיטיוו מעדיצין סערוויס טוט פארשלאגן הילף מיט אומבאקוועמליכקייט און אפרו און פארבעסערן אייער אלגעמיינע געזונטהייט. אונזער ספּעציאַליסטן זענען טרענירט און סערטיפייד אין אינטערגרעיטיוו געזונטהייט פירונגען אזוי ווי:
|
|
בשעת אייער ערשטע אינטערגרעיטיוו מעדעצין באזיך, וועט אן אינטערגרעיטיוו מעדעצין ספעציאליסט רעדן מיט אייך איבער די אינטערגרעיטיוו מעדעצין סערוויסעס וואס זענען דא צו באקומען אין MSK. זיי וועלן אויך רעדן מיט אייך איבער:
- אנדערע סארטן פון אינטערגרעיטיוו מעדעצין און האליסטיק טעקניקס.
- וויאזוי זיך צו באניצן מיט די טעראפיעס בשעת אייער פארוויילונג.
- וויאזוי זיי קענען העלפן אייך און אייער פאמיליע איידער אפעראציע און בשעת אויסהיילונג.
העלפט אייער גוף זיך גרייטן פאר אפעראציע
איר קענט זיך אויסהיילן שנעלער און גרינגער אויב איר העלפט אייער גוף זיין אין זיין בעסטע צושטאנד איידער אייער אפעראציע. די אפטיילונג האט ביישפילן פון זאכן וואס איר קענט טוען צו מאכן אייער גוף גרייט פאר אפעראציע. אייער קעיר טיעם וועט אייך העלפן באשלוסן וועלכע אקטיוויטעטן זענען די בעסטע פאר אייך.
פראקטיס אָטעמען and הוסטן
פראקטיס צו אטעמען טיף און היסן איידער אייער אפעראציע. איך קענט דאס טוען דורך:
- ארום שפאצירן אדער שפילן.
- בלאזן באבעלס אדער בלאזן א טישו אין די לופט.
- ניצנ’דיג אייער אינסענטיוו ספיראומעטער, אויב אייער קעיר טיעם האט אייך געגעבן איין.
איבונגען
פראביר צו טוען אראוביק איבונגען (איבונגען וואס מאכן אייער הארץ קלאפעניש שנעלער) יעדן טאג. ביישפילן פון אראוביק איבונגען ענטהאלטן גיין, שווימען, אדער בייקינג. MSK טוט אויך פארשלאגן אומזיסטע ווערטואלע קלאסן פאר יעדע עלטער וואס קען אייך העלפן זיין אקטיוו. פרעגט אייער העלטקעיר פראוויידער פאר מער אינפארמאציע.
פראבירט מעדיטעישאן און מיינדפולנעס (צולייגן קאפ)
צולייגן קאפ צו אטעמען, מעדיטעישאן, יאוגע, רירן פראקטיס, מאסאדזש, און אקיופרעשור טעכניקן קענען אייך העלפן ווען איר גרייט זיך פאר אן אפעראציע.
אונזער אינטעגרעיטיוו מעדיצין סערוויס ווידיאס קענען אייך העלפן טרעפן די ריכטיגע אקטיוויטעטן צו צולייגן צו אייער טעגליכע רוטין איידער אייער אפעראציע. איר קענט אויך באזוכן www.mskcc.org/meditation צו זעהן געפירטע מעדיטעישאן ווידיאס געמאכט דורך אונזער עקספערט מח-גוף ספעציאליסטן.
פאלגט נאך א געזונטע דיעטע.
רעדט מיט אן MSK קידס דייעטישאן צו הערן וויאזוי זיך צו גרייטן פאר אן אפעראציע. איר קענט געוואר ווערן וויאזוי צו מאכן זיכער אז אייער ערנערונג איז די בעסטע וואס עס קען זיין. אויב איר באקומעט קענסער טריטמענסט פאר אייער אפעראציע, קענען זיי פאראורזאכן א טויש אין די טעם פון עסן, פארלוסט פון אפעטיט, און שוועריגקייטן מיט פארדייען עסן. דאס קען עס מאכן שווער צו עסן גענוג, וואס קען אייך מאכן פארלירן וואג.
אייער אוטפעישענט MSK קידס דייעטישאן קען ארבעטן מיט אייך אויף א פלאן וואס העלפט מיט עסן פראבלעמען. עס קען אויך העלפן צו נאכפאלגן די אלגעמיינע אנווייזונגען:
- עסט אביסל אבער עסט אפט. צום ביישפיל, עסט א האלבע מאלצייט יעדע 2 צו 3 שעה פראבירט צו האבן 6 ביז 8 קלענערע סעודות א טאג אנשטאט 3 גרויסע מאלצייטן.
- מאכט און פאלגט אויס א מאלצייט פלאן. ווארט נישט צו עסן ביז איר זענט הונגעריג. לייגט דעם פלאן אין א פלאץ וואו יעדער קען עס זעהן.
- האלט אייער באליבסטע עסנווארג אינדערהיים וואו איר קענט צוקומען צו זיי גרינגערהייט.
- קויפט איינצעלע פארציעס פון עסווארג וואס איר קענט גרינגערהייט עסן, אזויווי יאגורט סמודי געטראנקן אדער טשיס סטיקס.
-
קאכט גרעסערע סומע עסן אז איר זאלט האבן שיריים.
- האלט אן עקסטערע פארציע אין אייער רעפרידזשערעיטאר פאר די נעקסטע טאג, אבער נישט פאר לענגער.
- פרירט די איבריגע. ווען איר זענט גרייט עס צו נוצן, לאזט עס אויף אינעם רעפרידזשערעיטאר אדער מייקראוועיוו, אבער נישט בלויז אויפן קאונטער. דאן הייצט עס אן ביז עס איז קאכעדיג.
- מישט אריין פארשידענע עסן גרופעס און סארטן אין אייער דיעטע, סיידן אייער דאקטער אדער דייעטישאן זאגט אייך אן אז איר זאלט נישט.
- אמאל קען זיין גרינגער צו טרינקן ווי צו עסן. פראבירט צו באקומען מער קאלאריעס פון גערטאנקן ווי פון סאליד עסנווארג. צום ביישפיל, נעמט א מילקשעיק אדער נוטרישאנעל סופלעמענט אזויווי פידיעשור (Pediasure®) אדער קאנעישאן ברעקפעסט עסענשאלס (Carnation Breakfast Essentials®).
- עסן און מאלצייט זאלן זיין געשמאק, אן קיין סטרעס. פראבירט צו עסן צוזאמען מיט פאמיליע מיטגלידער.
- באטראכט אייער ערנערונג אלס פונקט אזוי וויכטיג ווי אייער מעדיצין.
געדענקט צו אויסוועלן עסנווארג וואס האבן אסאך קאלאריס און פראטיען. רעדט מיט אייער MSK קידס דייעטישאן וועגן עסנווארג וואס ארבעטן די בעסטע באזירט אויף וואס איר האט ליב אדער אייער מאלצייט פלאן.
טרינקט א קארבאהיידרעיט טרינק אינדערפרי דעם טאג פון אייער אפעראציע
איינער פון אייער העלטקעיר פראוויידערס וועט אייך געבן א פלאש פון CF(Preop)® אדער Ensure® Pre-Surgery צו טרינקן אינדערפרי אינעם טאג פון אייער אפעראציע. די זענען קארבאהיידרעיט געטראנקען וואס מאכן עס גרינגער פאר אייער גוף צו פאסטן פאר אייער אפעראציע. דאס העלפט אייך זיך ערהוילן בעסער נאכן אפעראציע.
טרעפט זיך מיט אנדערע העלטקעיר פראפעסיאנעלן, אויב עס פעלט אויס
MSK האט פיל ערליי העלטקעיר פראפעסיאנעל וואס קענען אייך העלפן פאר, בשעת, און נאך אייער קענסער טריטמענט.
- סאשעל ווארקערס קענען אייך העלפן מיט די עמאשינאל, סאשעל, און פיזישע ווירקונגען פון א קענסער דיאגנאז. אונזער סאשעל ווארקערס שטעלן צו קאונסעלינג און פראקטישע הילף. זיי העלפן פאמיליעס זיך ספראוון מיט זייער קינד’ס קראנקהייט, פארבעסערן קאמוניקאציעס מיט פאמיליע און פריינט, געבן איבער אינפארמאציע וועגן קאמיוניטי רעסורסן, און העלפן זיך צוגעוואוינען צו מעדיצינישע באהאנדלונג.
- טשיילד לייף ספעציאליסטן זענען טרענירטע פראפעסיאנעלן וואס פארשטייען מענטשליכע וואוקס און אנטוויקלונג. אויב איר זענט באזארגט אדער אנגעשטרענגט וועגן אייער פראצעדור, קענען זיי אייך העלפן פלאנירן וועגן צו זיין מער באקוועם און רואיג. MSK’ס טשיילד לייף ספעציאליסטן האבן פארשידענע אינטערעסן און ערפארונג, אריינגערעכנט עדיוקעישאן, פסיכאלאגיע, קונסט ווערק, און קונסט טעראפיע. אלע צוזאמען טוען אונזערע סקילס און סערטיפיקעישאנס צושטעלן א פולע רייע פון טשיילד לייף סערוויסעס וואס לערנען אויס און פארשטערקערן פאציענטן און זייערע משפחות בשעת א קראנקהייט.
- קאונסעלארס און טעראפיסטן קענען זיך טרעפן מיט אייך און אייער פאמיליע מיטגלידער צו צושטעלן קאונסעלינג פאר עמאשינאל פראבלעמען פארבינדן מיט זיך ספראוון מיט קענסער. MSK’ס קאונסעלינג צענטער האט אויך שטיצע גרופעס וואס קומען זיך צוזאם יעדע שטיק צייט.
אייער העלטקעיר פראוויידער וועט אייך פארשלאגן א רעפערעל פאר די סערוויסעס. איר קענט אױך בעטן א רעפערעל אויב איר זענט אינטרעסירט.
ערלעדיגן א פלאץ צו איינשטיין, אויב נויטיג
די ראנעלד מעקדאנעלד הויז (Ronald McDonald House) שטעלט צו צייטווייליגע האוזינג פאר פידיעטריק קענסער פאציענט און זייערע פאמיליעס פון אויסער די שטאט. MSK האט אויך אפמאכן מיט עטליכע לאקאלע האטעלן און האוזינג פאסיליטיס וואס קענען אייך געבן א ספעציעלע ביליגערע פרייז. אייער סאשעל ווארקער קען רעדן מיט אייך איבער אייערע אפציעס און אייך העלפן מאכן רעזערוועישאנס. איר קענט אויך רופן 212-639-8315 צו רעדן מיטן פידיעטריק פאציענט סערוויסעס קאארדינעיטאר.
פולט אויס א העלט קעיר פראקסי (Health Care Proxy) בויגן, אויב נויטיג
אויב איר זענט 18 יאר אדער עלטער און האט נאכנישט אויסגעפולט א העלט קעיר פראקסי (Health Care Proxy) בויגן, שלאגן מיר פאר אז איר זאלט עס יעצט אויספולן. אויב איר האט שוין אויסגעפולט איינס אדער איר האט סיי וועלכע אנדערע פארשריט אנווייזונגען, ברענגט זיי צו אייער קומענדיגע אפוינטמענט.
א העלט קעיר פראקסי איז א לעגאל דאקומענט וואס אידענטיפיצירט דער מענטש וואס וויל רעדן פאר אייך אויב איר קענט נישט קאמיוניקירן פאר זיך אליינס. דער מענטש וואס איר וועלט אויס ווערט אנגערופן אייער העלט קעיר אגענט.
רעדט מיט אייער העלט קעיר פראוויידער אויב איר ווילט אויספולן א העלט קעיר פראקסי. איר קענט אויך ליינען די הילפסמיטלען \Advance Care Planning and \How to Be a Health Care Agent פאר אינפארמאציע וועגן העלט קעיר פראקסיס, אנדערע פארגעשריטענע אנווייזונגען, און זיין א העלט קעיר אגענט.
7 טעג איידער אייער אפעראציע
Follow your healthcare provider’s instructions for taking aspirin
If you take aspirin or a medication that contains aspirin, you may need to change your dose or stop taking it 7 days before your surgery. Aspirin can cause bleeding.
Follow your healthcare provider’s instructions. Do not stop taking aspirin unless they tell you to.
For more information, read Common Medications Containing Aspirin, Other Nonsteroidal Anti-inflammatory Drugs (NSAIDs), or Vitamin E.
הערט אויף צו נעמען וויטאמין E, מולטיוויטאמינען, הערבל רעמעדיס, און אנדערע דיעטישע סופלעמענטן
הערט אויף נעמען וויטאמין E, מולטיוויטאמינען, הערבל רעמעדיס, און אנדערע דיעטישע סופלעמענטן 7 טעג איידער אייער אפעראציע. די זאכן קענען פאראורזאכן בלוטן.
אויב אייער העלטקעיר פראוויידער גיבט אייך אנדערע אנווייזונגען, פאלגט עס אויס אנשטאט.
פאר מער אינפארמאציע, ליינט Herbal Remedies and Cancer Treatment.
מאכט אימעדזשינג סקענס, אויב עס פעלט אויס
איר וועט דארפן האבן אימעדזשינג סקענס צו העלפן אייער העלטקעיר פראווידערס פלאנירן אייער אפעראציע. אויב איר מאכט זיי ערגעץ אנדערש אויס אין MSK, וועט אייער העלטקעיר פראוויידער אייך מעגליך בעטן צו ברענגן א דיסק מיט קאפיעס פון די אימעדזשינג סקענס צו אייער אפוינטמענט.
2 טעג איידער אייער אפעראציע
הערט אויף נעמען נאנסטעראודאל אנטי-אינפלאממאטארי דראגס (NSAIDS)
הערט אויף נעמען NSAIDS, אזויווי איביופראפען (Advil® און Motril®) און נאפראקסין (Aleve®), 2 טעג איידער אייער אפעראציע. NSAIDס קען פאראורזאכן בלוטונג.
אויב אייער העלטקעיר פראוויידער גיבט אייך אנדערע אנווייזונגען, פאלגט עס אויס אנשטאט.
פאר מער אינפארמאציע, ליינט Common Medications Containing Aspirin, Other Nonsteroidal Anti-inflammatory Drugs (NSAIDs), or Vitamin E.
1 טאג איידער אייער אפעראציע
מערקט די צייט פון אייער אפעראציע
א שטאב מיטגלידער פונעם אדמיטינג אפיס וועט אייך רופן נאף 2:00 נאכמיטאג די טאג פאר אייער אפעראציע. אויב אייער אפעראציע וועט פארקומען מאנטאג, וועלן זיי אייך רופן די פרייטאג פארדעם. אויב מען רופט אייך נישט ביז , רופט 212-639-7002.
די שטאב מיטגלידער וועט אייך זאגן וויפיל אזייגער צו זיין אין שפיטאל פאר אייער אפעראציע. זיי וועלן אייך אויך דערמאנען וואו צו גיין. פאר אינפארמאציע וועגן MSK’ס לאקאציעס, אריינגערעכנט וועגווייזונגען און פארקינג אפציעס, באזוכט אונזער לאקאציעס דירעקטארי.
באדט זיך אדער שאווערט מיט 4% קלאראהעקסידיין גלוקאנעיט (CHG) סאלושען אנטיסעפטיק הויט רייניגער (אזויווי Hibiclens®)
4% CHG סאלושען איז א הויט רייניגער וואס הרג’עט באצילן פאר 24 שעה נאך איר נוצט עס. שאווערן אדער זיך באדן מיט עס פאר אייער אפעראציע וועט העלפן פארמינערן די ריזיקע פון אינפעקציע נאכן אפעראציע.
אייער העלטקעיר פראוויידערס וועט אייך געבן א פלאש פון 4% CHG סאלושען ביי איינער פון אייער אפוינטמענטס פארן אפעראציע. איר קענט עס אויך קויפן ביי אייער לאקאלע אפטייק אן א פרעסקריפשאן. שאווערט אדער באדט זיך מיט עס די נאכט פאר אדער אינדערפרי פון אייער אפעראציע.
- נוצט אייער נארמאלע שעמפו צו וואשן אייער האר. שווענקט גוט אייער קאפ.
- נוצט אייער נארמאלע זייף צו וואשן אייער פנים און פריוואטע ערטער. שווענקט גוט אייער גוף מיט ווארעם וואסער.
- עפענט די 4% CHG סאלושאן פלאש. גיסט אריין אביסל אין אייער האנט אדער א ריינע וואש טיכל. מישט עס נישט מיט וואסער.
- ריקט זיך אוועק פונעם שאווער שטראם אדער שטייט אויף אינעם וואנע. רייבט די 4% CHG סאלושען לייכטערהייט איבער אייער גוף פון אייער האלדז ביז צו די פיס. לייגט עס נישט אויף אייער פנים אדער פריוואטע ערטער.
- שוועקנט אפ די 4% CHG סאלושאן מיט ווארעם וואסער.
נאך אייער שאווער אדער באד, טריקענט זיך אפ מיט א ריינע האנטוך. טוט אן ריינע פידזשאמאס אדער קליידער. לייגט נישט קיין שום שמירעכץ, זאלב, דעאדעראנט, מעיקאופ, פאודער, פארפום, אדער קאלאן.
Instructions for eating before your surgery
Do not eat anything after midnight the night before your surgery. This includes hard candy and gum.
אינדערפרי, דעם טאג פון אייער אפעראציע
אנווייזונגען פאר טרינקן איידער אייער אפעראציע
איר קענט טרינקן פארמולע, מאמע’ס מילך, און קלארע פליסיגקייטן ביז האלבע נאכט. פאלגט אויס די אנווייזונגען אינעם טאוול אונטן. איר קענט פוצן אייער ציין און נעמען אייער מעדיצין מיט א קליין ביסל וואסער.
סארט פליסיגקייט | וויפיל צו טרינקן | ווען צו אויפהערן |
---|---|---|
בעיבי פארמולע |
|
הערט אויף טרינקן פארמולע 6 שעה פאר די צייט וואס איר דארפט אנקומען. |
מאמע’ס מילך |
|
הערט אויף טרינקן מאמע’ס מילך 4 שעה פאר די צייט וואס איר דארפט אנקומען. |
קלארע פליסיגקייטן אזויווי וואסער, פרוכט זאפטן אן שטיקלעך, געטראנקן מיט גאז, טיי אן מילך און קאווע אן מילך |
|
שטעלט זיך אפ פון טרינקן קלארע פליסיגקייט 2 שעה פאר די צייט וואס איר דארפט אנקומען. |
אנווייזונגען פאר טרינקן איידער אייער אפעראציע
איר זאָלט נישט טרינקען עפּעס אין אָנהייב פון 2 שטונדען איידער אייער פּלאַנירטע אָנקומען צייט. דאס שליסט איין פארמולע, מאמע’ס מילך, וואסער, און אנדערע קלארע פליסיגקייטן.
נעמט אייערע מעדיצינען ווי געהייסן
א מיטגליד פון אייער קעיר טיעם וועט אייך זאגן וועלכע מעדעצינען צו נעמען די צופרי פון אייער אפעראציע. נעמט נאר די מעדעצינען מיט א שלינג וואסער. געוואנדן אויף וועלכע מעדעצינען איר נעמט, קען דאס זיין אלע, עטליכע, אדער קיין איין פון אייער געווענליכע צופרי מעדעצינען.
איר זאָלט געדענקען דאָזיקע זאכן
- אויב איר טראָגט קאָנטאַקט לענסעס, טראָגט אַנשטאָט אייער ברילן. טראגן קאנטאקט לענזעס בשעת אן אפעראציע קען שעדיגן אייערע אויגן.
- איר זאָלט נישט טראָגן קיין מעטאַלנע אָביעקטן. נעמט אַראָפּ אַלע צירונגען, אייַנשליסלעך קערפּער פּיערסינגס. די געצייג וואס ווערן גענוצט בשעת אייער אפעראציע קענען אפבריען אויב זיי רירן אן אייזן.
- שמירט נישט קיין שמירעכץ, זאלבן, דעאדעראנט, מעיקאפ, פאודער, פארפום אדער קאלאן.
וואס צו ברענגן
- 1 בארואיגונג ארטיקל (אזויווי א צודעק אדער בערעלע).
- 1 אדער 2 עלעקטראנישע דעווייסעס (אזויווי א סמארטפאון, טאבלעט, אדער MP3) און זייערע טשארדזשער(ס).
- אלע מעדיצין וואס איר נעמט, אריינגערעכנט פרעסקריפשאן און איבער-די-קאונטער מעדיצינען, סופלעמענטס, פעטשעס, און שמירעכצן.
- אייער אינסענטיוו ספיראמעטער, אויב איר האט איינס.
- אייער העלטקעיר פראקסי בויגן און אנדערע אוואנסירטע אנווייזונגען, אויב איר האט זיי אויסגעפולט.
- דעם וועגווייזער. אייער קעיר טיעם וועט עס נוצן אייך צו אויסלערנען וויאזוי צו קעיר נעמען פון זיך נאכן אפעראציע.
איינמאל איר זענט אין שפיטאל
ווען איר קומט אן אין שפיטאל, נעמט די B עלעוועיטאר צו די 6טע שטאק. שרייבט זיך איין ביים טישל אין די PSC ווארט צימער.
פיל שטאב מיטגלידער וועלן אייך בעטן צו זאגן און אויסשרייבן אייער נאמען און געבורטס דאטום. דאָס איז פֿאַר אייער זיכערקייַט. מענטשן מיט די זעלבע אדער ענדליכע נאמען קענען האבן אן אפעראציע אין די זעלבע טאג.
ווען עס איז צייט פאר אייער אפעראציע, וועט איר באקומען א שפיטאל קלייד, ראק, און זאקן צו טראגן.
טרעף זיך מיט א נורס
איר וועט זיך טרעפן מיט א נורס פארן אפעראציע. זאגט זיי די דאזע פון סיי וועלכע מעדיצינען וואס איר האט גענומען נאך האלבע נאכט, (אריינגערעכנט פרעסקריפשאן און איבער-די-קאונטער מעדיצינען, פעטשעס און שמירעכצן) און די צייט וואס איר האט זיי גענומען.
אויב איר האט אן אריינגעלייגטע פארט אדער צענטראלע ווענוס קאטעטער (CVC), וועט די נורס עס נוצן. אויב נישט, וועט אייער אנעסטיזיאלאדזשיסט אריינלייגן אן אינטרעווענוס (IV) ליין אין איינער פון אייער אדערן אינעם אפעראציע צימער.
טרעפט זיך מיט אן אנעסטיזיאלעדזשיסט
איר וועט זיך טרעפן מיט אן אנעסטיזיאלעדזשיסט פארן אפעראציע. זיי וועלן:
- איבערשמועסן אייער מעדעצינישע פארגאנגענהייט מיט אייך.
- אייך פרעגן אויב איר האט געהאט פראבלעמען מיט אנעסטעזיע אין די פארגאנגענהייט, אריינגערעכנט איבל אדער ווייטאג.
- רעדן מיט אייך וועגן אייער באקוועמליכקייט און זיכערהייט בשעת אייער אפעראציע.
- רעדן מיט אייך וועגן די סארט אנעסטיזשיע וואס איר וועט באקומען.
- ענטפערן אייערע פראגעס וועגן אייער אנעסטיזשיע.
מאכט זיך גרייט פאר אייער אפעראציע
ווען עס איז צייט פאר אייער אפעראציע, וועט איר אדער אריינשפאצירן אינעם אפעראציע צימער, אדער וועט א שטאב מיטגלידער אייך אריינפירן אויף א סטרעטשער. א מיטגלידער פונעם אפעראציע צימער טיעם וועט אייך העלפן אריבערגיין צום אפערירן בעטל.
איינמאל איר זענט באקוועם, וועט אייער אנעסטיזיאלאדזשיסט אייך געבן אנעסטיזשיע און איר וועט איינשלאפן. איר וועט אויך באקומען פליסיגקייטן דורך אייער אריינגעלייגט פארט, CVC, אדער IV ליין דורכאויס און נאך אייער אפעראציע.
בשעת אייער אפעראציע
נאך איר זענט אינגאנצן אנטשלאפן, וועט אן אטעמען טואב ווערן אריינגעלייגט אייך צו העלפן אטעמען. מען וועט אויך אריינלייגן א יורינערי (Foley) קאטעטער צו ארויסנעמען וואסער פון אייער בלעדדער.
איינמאל אייער אפעראציע איז פארענדיגט, וועלן אייער שניט(ן) ווערן פארמאכט מיט סוטשורס (סטיטשעס), Dermabond® (כירורגישע קלעבעכץ), אדער Steri-Strips™ (דינע שטיקלעך פון כירורגישע טעיפ). זיי וועלן אויך ווערן באדעקט מיט א דרעסינג.
זיך היילן נאך אייער אפעראציע
די טייל וועט אייך העלפן וויסן וואס צו ערווארטן נאך אייער אפעראציע. איר וועט זיך לערנען וויאזוי זיך צו אויסהיילן פון אייער אפעראציע זיכערערהײט סיי אין שפיטאל און סיי אינדערהיים.
ווען איר ליינט אדורך דעם טייל, שרייבט אראפ סיי וועלכע פראגעס וואס איר ווילט פרעגן אייער העלטקעיר פראוויידער.
אין די פידיעטריק אינטענסיוו קעיר יוניט (Pediatric Intensive Care Unit - PICU) אדער פאסט-אנעסטיזשיע קעיר יוניט (Post-Anesthesia Care Unit - PACU)
ווען איר וועקט זיך אויף נאך אייער אפעראציע וועט איר זיין אינעם PICU אדער PACU. אויב איר זענט אינעם PACU, וועט א שטאב מיטגלידער אייך ברענגן צום PICU ווי נאר א בעט ווערט גרייט.
א נורס וועט האלטן אן אויב אויף אייער ווייטעל סיינס (קערפער טעמפעראטור, פולס, בלוט דרוק, און אקסידזשען שטאפלען). עס קען זיין אז איר וועט נאך האבן אן אטעמען טואב. אויב נישט, וועט איר באקומען אקסידזשען דורך א דינע טואב וואס ליגט אונטער אייער נאז אדער א מאסק וואס דעקט צו אייער נאז און מויל.
ווייטאג מעדיצין
באלד נאך אייער אפעראציע, וועט איר אויך באקומען IV ווייטאג מעדיצין דורך אייער אריינגעלייגט פארט, CVC, אדער IV ליין. איר וועט מעגליך באקומען עקסטערע ווייטאג מעדיצין דורך אן עפידורעל קעטעטר אדער פעריפערעל נערוו קאטעטער (נערוון בלאק). זאגט פאר איינער פון אייער העלטקעיר פראוויידערס אויב אייער ווייטאג איז נישט קאנטראלירט.
איר וועט קענען קאנטראלירן אייער ווייטאג מעדיצין דורך נוצן א קנעפל אנגערופן א פאציענט-קאנטראלירטע אנאלגעסיע (Patient-controlled analgesia - PCA) דעווייס. פאר מער אינפארמאציע, ליינט דעם רעסורס Patient-Controlled Analgesia (PCA).
טואבס און דרעינס
איר וועט האבן 1 אדער מער פון די פאלגנדע טואבס און דרעינס נאך אייער אפעראציע. אייער קעיר טיעם וועט אייך זאגן וואס צו ערווארטן.
- א ברוסטקאסטן טואב. דאס וועט העלפן ארויסציען לופט און פליסיגקייט פון די פלאץ ארום אייער לונג.
- בױך דרעין. דאס וועט העלפן אז פליסיגקייט פון אייער בויך זאל ארויסרינען. זיי וועלן ארויסקומען פון אייער שנוט און זיין אריינגענייט צו בלייבן אין פלאץ.
- אן עסן טואב (פידינג טואב). דאס וועט ווערן גענוצט אייך צו געבן ערנערונג.
- אן אטעמען טואב. דאס וועט אייך העלפן אטעמען.
- אן אדער ליניע. דאס וועט מעסטן אייער בלוט דרוק.
אייער העלטקעיר פראוויידערס וועלן נעמען קעיר פון אייערע טואבס און דרעינס ווען איר זענט אין שפיטאל. רוב מענטשן האבן נישט קיין טואבס און דרעינס ווען זיי זענען גרייט צו אהיימגיין פון שפיטאל. אויב איר וועט נאך האבן א טואב אדער דרעין ווען איר פארלאזט דעם שפיטאל, וועלן אייער העלטקעיר פראוויידערס אייך ווייזן וויאזוי צו קעיר נעמען דערפון אינדערהיים. זיי וועלן אויך זיכער מאכן אז איר האט די געצייג וואס איר דארפט.
פיזישע טעראפיע און אקיופעישאנעל טעראפיע
אויב איר דארפט הילף זיך צו ריקן, קריכן, וואקן, שפילן, אדער טוען זעלבסט-קעיר פליכטן נאך אייער אפעראציע, וועט א פיזיקעל טעראפיסט (PT) אדער אקיופעישאנעל טעראפיסט (OT) אדער ביידע מעגן אייך באזוכן.
- אייער PT קען אייך העלפן זיך באוועגן און פונקציאנירן בעסער נאך אייער אפעראציע. זיי וועלן אייך העלפן צוריקבאקומען די כוחות, באלאנס, און קאארדינאציע וואס איר דארפט צו טוען זאכן ווי קריכן, שפאצירן, גיין שטיגן, שפילן, אדער שפילן ספארטס.
- אייער OT קען אייך העלפן פארבעסערן סקילס וואס איר דארפט צו טוען וויכטיגע טאג-טעגליכע אקטיוויטעטן. זיי וועלן אייך העלפן אויב עס איז אייך שווער צו קעיר נעמען פון זיך (למשל זיך אנטוען און פוצן די ציין), שפילן אקטיוויטעטן, אדער סקילס וואס איר דארפט פאר שולע אדער ארבעט.
אייער PT און OT וועלן רעדן מיט אייך איבער ווי אפט איר וועט האבן פיזישע טעראפיע, אקיופעישאנעל טעראפיע, אדער ביידע. פאר מער אינפארמאציע, ליינט דעם רעסורס Staying Active Before and After Surgery for Pediatric Patients.
אריבערגיין צו אייער שפיטאל צימער
ווי לאנג איר וועט בלייבן אינעם PICU ווענדט זיך אויף וויאזוי איר פילט. רוב מענטשן בלייבן פאר 1 ביז 2 טעג. איר וועט בלייבן אין די PICU ביז:
- אייער אטעמען טואב און אדער ליניע ווערן ארויסגענומען, אויב איר האט געהאט.
- איר קענט ארויסקומען פון בעט און אביסל ארומגיין.
- איר קענט טוען אטעמען עקסערסייז (אזויווי נוצן אייער אינסענטיוו ספיראמעטער אדער פינוויל).
- אייער ווייטעל סיינס זענען אין א גוטע גאמע.
איינמאל איר זענט גרייט, וועט א שטאב מיטגלידער אייך נעמען צו אייער אינפאציענט שפיטאל צימער.
אין אייער שפיטאל צימער
ווי לאנג איר וועט בלייבן אין שפיטאל נאך אייער אפעראציע ווענדט זיך אויף אייער ערהוילונג און אייער אינדיווידועלע באהאנדלונג פלאן. אייער קעיר טיעם וועט אייך זאגן וואס צו ערווארטן.
ווען איר ווערט גענומען צו אייער שפיטאל צימער, וועט איר זיך טרעפן מיט איינער פון די נורסעס וואס וועלן זיך אפגעבן מיט אייך ווען איר זענט אין שפיטאל. דערווייל וואס איר זענט אין שפיטאל, וועלן אייער העלטקעיר פראוויידערס אייך אויסלערנען וויאזוי צו נעמען קעיר פון זיך אליין בשעת איר ערהוילט זיך פון אייער אפעראציע. איר קענט זיך העלפן אויסהיילן שנעלער דורך טוען די פאלגנדע זאכן:
- ליין אייער אויסהיילונג פלאן. אייער העלטקעיר פראוויידער וועט אייך געבן א פלאן מיט צילן פאר אייער ערהוילונג אויב איר האט נאכנישט. עס וועט אייך העלפן וויסן וואס צו טוען און וואס צו ערווארטן יעדע טאג בשעת אייער אויסהיילונג.
- הויבט אן זיך ארום ריקן וויבאלד איר קענט. ווי פריער איר קומט ארויס פון בעט און ריקט זיך, קריכט, אדער שפאצירט, אלס שנעלער וועט איר קענען צורוקגיין צו אייער געווענטליכע אקטיוויטעטן.
- ארבעט אויס אייערע לונגען. נוצט אייער אינסענטיוו ספיראמעטער אדער פינוויל צו העלפן אייער לונגען זיך אנפולען אינגאנצן. דאס העלפט פארמיידן ניומאניע (לונגן אינפעקציע).
- איבונגען פאר אייער קערפער. אייער פיזיקעל און אקיופעישאנעל טעראפיסן וועלן אייך אויסלערנען אקטיוויטעטן און איבונגען אייך צו העלפן ווערן שטערקער.
איר קענט נוצן אייער MyMSK צילן צום דיסטשארדש טשעק-ליסט צו נאכגיין אייער פארשריט דורכאויס ערהוילונג. פאר מער אינפארמאציע, ליינט דעם ריסאורס Frequently Asked Questions About the MyMSK Goals to Discharge Checklist.
אייער קעיר טיעם וועט אייך העלפן האלטן חשבון פון וויפיל פליסיגקייט דרעינינג פון אייער טשעסט טואב און בויך טואב. איינמאל עס איז גענוג ווייניג וועלן זיי ארויסנעמען די טואב אדער דרעין.
מענעדזש’ן אייער ווייטאג
איר וועט האבן אביסל ווייטאג נאך אייער אפעראציע. אייער העלטקעיר פראוויידער וועט מאכן א ווייטאג פלאן פאר אייך אז איר זאלט זיין ווי באקוועם מעגליך.
- איר וועט באקומען אן אפיאד (אויך אנגערופן נארקאטיג) ווייטאג מעדיצין פאר א קורצע צייט צו באהאנדלען די ווייטאג פון אייער אפעראציע. איר וועט באקומען די נידריגסטע דאזע און עס נעמען פאר די קורצטע געברויכטע צייט.
- איר וועט באקומען עטליכע אנדערע סארטן ווייטאג מעדיצין צו מאכן זיכער איר זענט באקוועם און אז איר זאלט קענען נעמען ווייניגער פון די אפיאד מעדיצין(ען).
- איר וועט מעגליך אויך באקומען אן עפידורעל אדער נערוון בלאק.
די פידיעטריק ווייטאג און פאליאטיוו קעיר טיעם און אייער אנעסטיזיאלאדזשיסט וועלן רעדן מיט אייך וועגן אייער ווייטאג פלאן און ענטפערן אייערע פראגעס.
אייער העלטקעיר פראוויידערס וועלן אייך באזוכן יעדן טאג צו מאכן זיכער אייער ווייטאג איז גוט קאנטראלירט ווי ווייט מעגליך. זאגט פאר איינער פון אייער העלטקעיר פראוויידערס אויב איר האט ווייטאג. עס איז וויכטיג צו קאנטראלירן אייער ווייטאג אז איר זאלט קענען טוען אייער אטעמען איבונגען און זיך ארומריקן. קאנטראלירן אייער ווייטאג וועט אייך העלפן זיך ערהוילן בעסער.
איר וועט באקומען א פרעסקריפשאן פאר מונדליכע ווייטאג מעדיצין (ווייטאג מעדיצין וואס איר שלונגט) פאר איר פארלאזט די שפיטאל. רעדט מיט אייער העלטקעיר פראוויידער וועגן מעגליכע סייד עפעקטס און ווען צו אנהויבן אריבערצוגיין צו איבער-די-קאונטער ווייטאג מעדיצין. ברענגט אייער פרעסקריפשאן ווייטאג מעדיצין מיט זיך צו אייער פאלאו-אפ באזוך אינעם קליניק.
מענעדזש’ען אייער ווייטאג דורך אינטעגרעיטיוו מעדיצין
אונזער אינטעגרעיטיוו מעדיצין ספעציאליסטן קענען אייך העלפן אויב איר האט ווייטאג נאך אייער אפעראציע. מיר קענען אייך העלפן פראבירן מיינדפולנעס און מעדיטעישאן דורך אטעמען עקסערסייזעס, מיינדפול ריקן, און נוצן גיידעד אימעדזשערי (אנגעפירטע פארשטעלן). מאסאדזש טעכניקן און מוזיק טעראפיע קענען אויך מאכן מער באקוועם. ארומשפילן דורך טאנצן קען טוישן אייער געמיט און אוועקנעמען די מחשבות פון די ווייטאג. אויב איר זענט אינטרעסירט צו מענעדזשען אייער ווייטאג דורך אינטעגרעיטיוו מעדיצין, קענט איר בעטן א מיטגלידער פון אייער קעיר טיעם פאר אן אינטעגרעיטיוו מעדיצין קאנסולט.
זיך ריקן און שפאצירן
זיך ארומריקן און שפאצירן העלפן נידערן אייער ריזיקע פאר בלוט קלאטס און ניומאניע עס וועט אייך אויך העלפן אנהויבן ארויסגעבן גאז און גיין אין בית הכסא (גדולים) נאכאמאל. איר וועט דארפן גיין אין בית הכסא (גדולים) פאר איר ווערט דיסטשארדזשט פון שפיטאל.
איר קענט זיך ארומריקן דורך גיין צום סינק אדער בית הכסא אדער ארום די יוניט. אייער נורס, פיזיקעל טעראפיסט, אדער אקיופעישאנעל טעראפיסט וועט אייך העלפן זיך ארומריקן, אויב עס פעלט אויס. איר קענט אויך באקומען מיינדפול ריקן טעראפיעס, אזויווי טאנצן טעראפיע, טיי טשי, און יאוגע, זענען אויך אוועילאבל. אויב איר זענט אינטרעסירט אין מיינדפול ריקן טעארפיעס, קענט איר בעטן א מיטגלידער פון אייער קעיר טיעם פאר אן אינטעגרעיטיוו מעדיצין קאנסולט.
אויסארבעטן אייערע לונגען
עס איז וויכטיג צו אויסארבטן אייערע לונגן אז זיי זאלן זיך אינגאנצן אויפבלאזן. דאס העלפט פֿאַרמײדן ניומאָניע.
- נוצט אייער אינסענטיוו ספיראמעטער אדער פינוויל 10 מאל יעדע שעה וואס איר זענט אויף. פאר מער אינפארמאציע, ליינט How To Use Your Incentive Spirometer.
- הוסט און מאכט טיפע אטעמען איבונגען. א מיטגלידער פון אייער קעיר טיעם וועט אייך ווייזן וויאזוי. עס איז גוט צו טוען די איבונגען קורץ נאכן נעמען אייער ווייטאג מעדיצין. עס קען העלפן צו האלטן אייער קישן איבער אייער שניט בשעת איר טוט עס.
איינער פון MSK’ס אינטעגרעיטיוו מעדיצין פראוויידערס קענען אייך אויך העלפן אויסארבעטן אייערע לונגן דורך אייך באגלייטן דורך אייער אטעמען טעכניקן אדער מעדיטעישאן.
עסן און טרינקען
איר וועט גארנישט קענען עסן אדער טרינקן פאר כאטש 3 טעג נאך אייער אפעראציע. איר וועט באקומען אלע אייער ערנערונג פון פליסיגע פארמולע דורך אייער פידינג טואב. דער פארמולע איז גרינג פאר אייער גוף צו פארדייען און איינזאפן. עס האט אלע נוטריענטס וואס אייער גוף דארף.
פידינג טואב נאך אן אפעראציע
אייער טואב פידינג ראטע איז די צאל פארמולע וואס איר וועט באקומען דורך אייער פידינג טואב יעדע שעה. עס ווערט געמאסטן אין מילימיטערס (mL) פער שעה.
אייער ציל פידינג סקעדיול איז די טואב פידינג ראטע און די צאל שעות וואס געבט אייך די ריכטיגע צאל קאלאריעס, פראטיען, און פליסיגקייטן.
אייער אינפאציענט MSK קידס דייעטישאן וועט אויסרעכנעען אייער ציל פידינג סקעדיול באזירט אויף ווי הויך איר זענט און וויפיל איר וועגט. אין אנהויב, וועט איר האבן א נידריגע טואב פידינג ראטע. אייער טואב פידינג ראטע וועט צוביסלעך פארהעכערט ווערן צו אייער ציל ראטע אדער סקעדיול.
איר קענט נאך באקומען אביסל ערנערונג פונעם פידינג טואב ווען איר ווערט דיסטשארדזשט פון שפיטאל. אויב אזוי, וועט אייער אינפאציענט MSK קידס דייעטישאן נוטרישאניסט זאגן פאר אייער קעיס מענעדזשער וועלכע פארמולע און געצייג איר דארפט האבן אינדערהיים. אייער קעיס מענעדזשער וועט ארבעטן מיט א האום קעיר פירמע צו שיקן אייער טואב פידינג פארמולע און געצייג צו אייער שטוב.
אויב איר וועט האבן טואב פידינגס נאך דיסטשארדזש, וועט איר זיך לערנען וויאזוי צו נוצן אייער טואב פידינג פאמפ ווען איר זענט נאך אין שפיטאל. מאכט זיכער איר זענט באקוועם מיט עס נוצן פאר איר ווערט דיסטשארדזשט.
עסן נאכן אפעראציע
אייער אפעראציע טיעם וועט אייך זאגן ווען איר קענט אנהייבן עסן און טרינקן. דאס איז געווענטליך עטליכע טעג נאכן אפעראציע. אין אנהויב וועט איר נאר טרינקן פליסיגקייטן. דערנאך וועט איר צוביסלעך אנהויבן עסן סאליד עסן ווען איר קענט שוין ארייננעמען מער.
אייער אינפאציענט MSK קידס דייעטישאן וועט זיך טרעפן מיט אייך צו רעדן וועגן וועלכע עסנווארג צו אריינלייגן אין אייער דיעטע נאכן אפעראציע. עס איז די בעסטע צו אויסוועלן עסנווארג מיט אסאך פראטיען אז אייער גוף זאל האבן די נוטריענטן וואס עס דארף זיך צו ערהוילן נאכן אפעראציע. איינמאל איר הויבט אן צו עסן מער סאליד עסנווארג, וועט אייער אינפאציענט MSK קידס דייעטישאן רעדן מיט אייך. איר וועט מאכן אריינעמען צילן און רעדן וועגן וויפיל קאלאריעס צו עסן צו נידערן אייער טואב פידס.
זיך ספראווען מיט טוישונגען ביים גיין אין בית הכסא
טייל מענטשן האבן דייעריע (שלשול - לויזע אדער וואסעריגע אפפאל) ווען זיי זענען אין שפיטאל נאך אן אפעראציע. אויב דאס פאסירט צו אייך, וועט אייער קעיר טיעם אייך העלפן זיך ספראוון דערמיט.
שאווערן
וואשט אייער פנים, פוצט די ציין, און טוישט אייער קליידער יעדן טאג. זאגט פאר איינער פון אייער העלטקעיר פראוויידערס אויב איר דארפט הילף דערמיט.
איר וועט זיך קענען שאווערן מיט הילף 48 שעה (2 טעג) נאך אייער לעצטע טואב אדער דרעין ווערט ארויסגענומען.
באקומען כעמאטעראפיע
אויב איר באקומט כעמאטעראפיע אלס טייל פון אייער קענסער באהאנדלונג, קען זיין אז איר וועט האבן א כעמאטעראפיע טריטמענט ווען איר זענט אין שפיטאל. אייער קעיר טיעם וועט רעדן מיט אייך איבער וואס צו ערווארטן. אויב אייער קעיר טיעם פון פריער באנעמט זיך מיט אייער כעמאטעראפיע, וועט אייער MSK טיעם ארבעטן מיט זיי צו פלאנירן און מענעדזשן אייער טריטמענט.
פארלאזן דעם שפיטאל
ווען עס איז צייט צו פארלאזן די שפיטאל, וועט אייער שניט שוין האבן אנגעהויבן זיך צו אויסהיילן. פאר איר פארלאזט די שפיטאל, קוקט אויף אייער שניט מיט אייער קעירגעבער און איינער פון אייער העלטקעיר פראוויידערס. וויסן וויאזוי עס זעהט אויב וועט אייך העלפן באמערקן סיי וועלכע טוישונגען שפעטער.
פאר איר ווערט דיסטשארדזשט, וועט אייער העלטקעיר פראוויידער שרייבן אייער דיסטשארדזש באפעל און פרעסקריפשאנס. איר וועט אויך באקומען שריפטליכע דיסטשארדזש אנווייזונגען. איינער פון אייער העלטקעיר פראוויידערס וועט איבערגיין די אנווייזונגען מיט אייך.
אין דעם היים
מענעדזש’ן אייער ווייטאג
יעדע מענטש האט ווייטאג אדער אומבאקוועמליכקייט פאר אן אנדערע צייט אפשניט. עס קען זיין אז איר וועט נאך האבן איבסל ווייטאג ווען איר גייט אהיים און וועט מעגליך נעמען ווייטאג מעדיצין. טייל מענטשן האבן אומבאקוועמליכקייט, צאמגעצויגנקייט, אדער מוסקל ווייען ארום זייער שניט פאר 1-2 חדשים. דאס מיינט נישט אז עס איז דא א פראבלעם.
פאלגט אויס די אנווייזונגען אונטן אייך צו העלפן זיך ספראוון מיט די ווייטאג אינדערהיים.
- נעמט אייערע מעדיצינען ווי פארגעשריבן און ווי געברויכט.
- רופט אייער העלטקעיר פראווידער אויב די פארשריבענע מעדיצין מאכט נישט אייער ווייטאג בעסער.
-
ווי אייער שניט ערהוילט זיך, וועט איר האבן ווייניגער ווייטאג און דארפן ווייניגער ווייטאג מעדיצין. אן איבער-די-קאונטער ווייטאג מעדיצין אזויווי אסיטעמינאפען (Tylenol®) אדער איבופראפען (Advil®) וועט העלפן פארבעסערן ווייטאג.
- פאלגט אויס אייער העלטקעיר פראוויידער’ס אנווייזונגען פאר אויפהערן צו נעמען פריסקריפשאן ווייטאג מעדיצין.
- נעמט נישט מער פון סיי וועלכע מעדיצין ווי דאס וואס איז פארשריבן אויפן קלעבצעטל אדער לויט די אנווייזונגען פון אייער העלטקעיר פראוויידער.
- ליינט די צעטלעך פון אלע מעדיצינען וואס איר נעמט, ספעציעל ווען איר נעמט אסיטעמינאפען. אסיטעמינאפען איז א באשטאנדטייל אין פיל איבער-די-קאונטער און פריסקריפשאן מעדיצינען. אבער, נעמען צופיל דערפון קען שעדיגן אייער לעבער. נעמט נישט מער ווי 1 מעדיצין וואס האט אסיטעמינאפען אן רעדן מיט א מיטגלידער פון אייער העלטקעיר טיעם.
- ווייטאג מעדיצין זאל אייך העלפן צוריקגיין צו אייער נארמאלע אקטיוויטעטן. נעמט גענוג מעדיצין צו קענען טוען אייער אקטיוויטעטן און איבונגען באקוועמערהייט. עס איז נארמאל אז אייער ווייטאג זאל ווערן אביסל ערגער ווען איר ווערט עטוואס מער אקטיוו.
- האלט חשבון פון ווען איר נעמט ווייטאג מעדיצין. עס ארבעט די בעסטע 30 ביז 45 מינוט נאך איר נעמט עס. עס איז בעסער עס צו נעמען ווען איר הויבט אן צו האבן ווייטאג ווי איידער ווען די ווייטאג ווערט שוין ערגער.
טייל פריסקריפשאן מעדיצינען (אזויווי אפיאדס) קענען פאראורזאכן עצירות (גיין אין בית הכסא ווייניגער ווי געווענטליך).
פארמיידן און מענעדזשן עצירות.
רעדט מיט אייער העלטקעיר פראוויידער איבער וויאזוי צו פארמיידן און זיך באגיין מיט עצירות. איר קענט אויך אויספאלגן די אנווייזונגען אונטן.
- גייט אין בית הכסא יעדן טאג אין די זעלבע צייט. אייער גוף וועט ווערן צוגעוואוינט צו גיין אין יענע צייט. אויב איר פילט אבער אז איר דארפט גיין, האלט זיך נישט צוריק.
- פראבירט צו גיין אין בית הכסא 5-15 מינוט נאכן עסן. נאך פרישטאג איז א גוטע צייט צו גיין. דאס איז ווען די ריפלעקסעס אין אייער קישקע זענען די שטערקסטע.
- זיין פיזיש אקטיוו, אויב איר קענט.
-
רעדט מיט אייער קליניקעל דייעטישאן נוטרישאניסט איבער וויפיל פליסיגקייט איר זאלט טרינקן יעדן טאג. פראבירט צו טרינקן אזויפיל יעדן טאג, אויב איר קענט.
- וועלט אויס פליסיגקייטן אזויווי וואסער, זאפטן (אזויווי פלוימען, טרויבן, אדער בארן זאפט), זופ, און אייז קרים שעיקס.
- מיידט אויס פליסיגקייטן מיט קאפיען (אזויווי קאווע און סאודע). קאפיען קען ארויסציען פליסיגקייטן פון אייער גוף.
-
פארמערט צוביסלעך פייבער אין אייער דיעטע. רעדט מיט אייער קליניקעל דייעטישאן נוטרישאניסט איבער וויפיל פייבער צו עסן יעדן טאג. אויב איר האט אן אסטאמי אדער האט לעצטנס געהעט א באוועל אפעראציע, רעדט מיט אייער העלטקעיר פראוויידער פאר איר מאכט סיי וועלכע טוישונגען צו אייער דיעטע. עסן מיט אסאך פייבער שליסן איין:
- ברען אדער אנדערע האול וויט קרעקערס אדער סנעקס
- האול-גרעין סיריעלס און ברויטן
- אומגעשיילטע פרוכט און גרינסן
- סאלאט גרינס
- טרוקענע אפריקאטס, פייגן, און ראזשינקעס
- ביידע איבער-די-קאונטער און פריסקריפשאן מעדיצין קענען העלפן מיט עצירות. רעדט מיט אייער העלטקעיר פראוויידער פאר איר נעמט סיי וועלכע מעדיצין פאר עצירות, ספעציעל אויב איר האט אן אסטאמי אדער האט געהאט א באוועל אפעראציע.
באהאנדלען אייער שניט
אייער שניט וועט ווערן איבערגעדעקט מיט א כירורגישע קלעבעכץ אנגערופן Dermabond®. רירט נישט אן און נעמט נישט אראפ די דערמעבאנד. עס וועט אליין אראפפאלן.
אויב אייער דרעין איז ארויסגענומען געווארן הארט פאר איר זענט ארויס פון שפיטאל, קענט איר האבן א באנדאזש איבער עס. איר קענט אראפנעמען די באנדאזש נאך 24 ביז 48 שעה (1-2 טעג). פאלגט אויס אייער העלטקעיר פראוויידער’ס אנווייזונגען.
רופט אייער פראוויידער’ס אפיס אויב:
- די הויט ארום אייער שניט איז זייער רויט.
- די הויט ארום אייער שניט ווערט מער רויט.
- איר זעהט פליסיגקייט וואס זעהט אויס ווי אייטער (דיק און ווייסלעך).
- אייער שניט שמעקט נישט גוט.
זיך באדן אדער שאווערן
איר קענט מאכן א גענוועטליכע שאווער, סיידן איר זענט ארויס פון שפיטאל מיט א דרעין. אויב איר האט אן דרעין, שאווערט נישט ביז עס ווערט ארויסגענומען.
לאזט נישט אייער שניט גיין אונטער וואסער (אזויווי אין א וואנע אדער שווים באסיין) פאר 14 טעג נאך אייער אפעראציע.
עסן און טרינקען
אייער אוטפאציענט MSK קידס דייעטישען וועט אייך העלפן פירן אייער דיעטע און ערנערונג איינמאל איר פארלאזט די שפיטאל. זיי וועלן רעדן מיט אייך וועגן עסנווארג צו אריינוועבן אין אייער דיעטע זיך צו העלפן ערהוילן נאך אייער אפעראציע, צונעמען וואג, אדער ביידע. אויב איר באקומט עסן דורך א פידינג טואב, וועלן זיי רעדן מיט אייך וועןגן אייער טואב פידינג סקעדיול און ראטע.
רופט אייער העלטקעיר פראוויידער אויב אייער אפעטיט איז נישט צוריק צו נארמאל ביז אפאר טעג אדער אויב איר הויבט אן ברעכן.
פיזישע אַקטיוויטעט און גימנאַסטיק
איר קענט צוריקגיין צו טוען רוב פון אייער געווענטליכע אקטיוויטעטן איינמאל איר זענט אינדערהיים. פארמיידט קאנטאקט ספארטס און ווילדעריי פאר בערך 6 וואכן נאך אייער אפעראציע. עס נעמט בערך אזוי לאנג פאר אייער שניט זיך צו אויסהיילן.
צוריקגיין אין שולע
איר קענט צוריקביין צו שולע ווי נאר איר פילט זיך גרייט.
רייזן
רוב מענטשן דארפן נישט אויספאלגן ספעציעלע אנווייזונגען ביים רייזן. איר מעגט פארן אויף אן עראפלאן.
פאלאו-אפ אפּוינטמענטס
אייער סורדזשאן’ס אפיס קען סקעדיול’ען אייער פאלאו-אפ אפוינטמענט פאר איר ווערט דיסטשארדזשט פון שפיטאל. אדער, קענען זיי איך רופן עס צו סקעדיול’ען ווען איר זענט שוין אינדערהיים. אייער פאלאו-אפ אפוינטמענט קען פארקומען פערזענליך אדער דורך טעלעמעדיצין.
ווען צו רופן אייער העלטקעיר פראוויידער
רופט אייער העלטקעיר פראוויידער אויב:
- אייער שניט הויבט אן צו אויסזען רויט אדער די רויטקייט ארום אייער שניט ווערט ערגער.
- עס קומט פליסיגקייט פון אייער שניט.
- ארום אייער שניט ווערט געשוואלן אדער די געשווילעכץ ארום אייער שניט ווערט ערגער.
- איר פארלירט די אפעטיט (ווילט נישט עסן).
- איר ברעכט.
- איר האט סיי וועלכע פראגעס אדער זארגן.
קאנטאקט אינפארמאציע
מאנטאג ביז פרייטאג פון AM 9:00 ביז , רופט אייער העלטקעיר פראוויידער’ס אפיס.
נאך , סוף וואך, און אום האלידעיס, רופט 212-639-2000 און בעט צו רעדן מיטן מענטש אן קאל פאר אייער העלטקעיר פראוויידער.
שטיצנדע סערוויסעס
די טייל האט א ליסטע פון סופארט סערוויסעס. זיי קענען אייך העלפן זיך גרייטן פאר אייער אפעראציע און זיך אויסהיילן נאך די אפעראציע.
ווען איר ליינט אדורך דעם טייל, שרייבט אראפ סיי וועלכע פראגעס וואס איר ווילט פרעגן אייער העלטקעיר פראוויידער.
MSK שטיצנדע סערוויסעס
אדמיטינג אפיס
212-639-7606
רופט אויב איר האט פראגעס וועגן אייער שפיטאל אדמישאן, אריינגערעכנט בעטן פאר א פריוואטע צימער.
אנעסטיזשיע
212-639-6840
רופט אויב איר האט פראגעס וועגן אנעסטיזשיע.
בלוט שענקער צימער
212-639-7643
רופט פאר מער אינפארמאציע אויב איר זענט אינטרעסירט צו שענקן בלוט אדער פלעיטלעטס.
Bobst באָבסט אינטערנאַציאָנאַלער צענטער
888-675-7722
MSK באגריסט פאציענטן פון איבער דער גאנצן וועלט. אויב איר זענט אן אינטערנאציאנעלע פאציענט, רופט פאר הילף צו ערלעדיגן אייער קעיר.
קאונסעלינג צענטער
646-888-0200
אסאך מענטשן זאגן אז קאונסעלינג העלפט זיי. מיר שטעלן צו קאונסעלינג פאר אינדיווידועלס, פארפעלקער, פאמיליעס, און גרופעס, ווי אויך מעדיצין אויב איר פילט באזארגט אדער דעפרעסט. צו מאכן אן אפוינטמענט, פרעגט אייער העלטקעיר פראוויידער פאר א רעפערל אדער רופט די נומער אויבן.
עסנווארג פאנטרי פראגראם
646-888-8055
די עסנווארג פאנטרי פראגראם שטעלט צו עסן פאר מענטשן וואס דארפן בשעת זייער קענסער באהאנדלונג. פאר מער אינפארמאציע, רעדט מיט אייער העלטקעיר פראוויידער אדער רופט די נומער אויבן.
MSK’ס אינטעגראטיוו מעדיצין סערוויס
www.mskcc.org/integrativemedicine
אונזער אינטעגראטיוו מעדיצין סערוויס שטעלט צו פילע סערוויסעס צו מיטגיין מיט טראדיציאנאלע מעדיצינישע קעיר, אריינגערעכנט מוזיק טעראפיע, מח/קערפער טעראפיעס, טאנצן און באוועגונגען טעראפיע, יאגע, און אנרירן טעראפיע. צו סקעדזשועלן אן אפוינטמענט פאר די סערוויסעס, רופט 646-449-1010.
איר קענט אויך סקעדזשועלן א קאנסולטאציע מיט א העלטקעיר פראוויידער אין די אינטעגראטיוו מעדעצין סערוויס. זיי וועלן ארבעטן מיט אייך אויפצוקומען מיט א פלאן צו צוזאמשטעלן א געזונטע לעבנסשטייגער און מענעדזשן זייטיגע ווירקונגען. צו מאכן אן אפוינטמענט, רופט 646-608-8550.
MSK לייברערי
library.mskcc.org
212-639-7439
איר קענט באזוכן אונזער לייברערי וועבזייטל אדער רעדן מיט די לייברערי רעפערענס שטאב צו געוואר ווערן מער איבער אייער ספעציפישע סארט קענסער. איר קענט אויך באזוכן LibGuides אויף MSK’ס לייברערי וועבזייטל ביי libguides.mskcc.org
פאציענט און קעירגעבער עדיוקעישאן
www.mskcc.org/pe
באזוכט די פאציענט און קעירגעבער עדיוקעישאן וועבזייטל צו זוכן אויף אונזער ווירטועל לייברערי. דארט קענט איר טרעפן שריפטליכע עדיוקעישאנעל רעסורסן, ווידיאס, און אנליין פראגראמען.
פאציענט און קעירגעבער פריינט שטיצע פראגראם
212-639-5007
איר קענט זיך פילן בעסער דורך רעגן מיט עמיצער וואס איז אדורך א באהאנדלונג ענליך צו אייערס. איר קענט רעדן מיט א געוועזענע MSK פאציענט אדער קעירגעבער דורך אונזער פאציענט און קעירגעבער פריינט שטיצע פראגראם. די שמועסן זענען געהיים. זיי קענען פארקומען פערזענליך אדער איבערן טעלעפאן.
פאציענט בילינג
646-227-3378
רופט אויב איר האט פראגעס וועגן פרי-אוטאריזעישאן מיט אייער אינשורענס פירמע. דאָס איז אויך גערופן פּרעאַפּפּראָוואַל.
פאציענט רעפרעזענטאטיוו אפיס
212-639-7202
רופט אויב איר האט פראגעס איבער די העלט קעיר פראקסי בויגן אדער אויב איר האט זארגן וועגן אייער קעיר.
פעריאפעראטיוו נורס ליעיזאן
212-639-5935
רופט אויב איר האט פראגעס וועגן MSK ארויסגעבן סיי וועלכע אינפארמאציע ווען איר האט אן אפעראציע.
פריוואטע דיוטי נורסעס און באגלייטערס
917-862-6373
איר קענט אויך פארלאנגען פריוואטע נורסעס אדער באגלייטערס צו זארגן פאר אייך אין שפיטאל אדער אינדערהיים. רופט פאר מער אינפארמאציע.
רעסורסן פאר לעבן נאך קענסער (Resources for Life After Cancer - RLAC) פראגראם
646-888-8106
ביי MSK, קעיר ענדיגט זיך נישט נאך אקטיווע באהאנדלונג. דער RLAC פּראָגראַם איז פאַר פּאַציענטן און זײערע משפּחות װאָס האָבן פאַרענדיגט די באַהאַנדלונג. דער פּראָגראַם האָט פילע סערװיסעס, אַרײנגערעכנט סעמינאַרן, װאָרקשאָפּס, חיזוק גרופּעס, קאַונסעלינג איבער לעבן נאָך באַהאַנדלונג, און הילף מיט אינשורענס און עמפּלױמענט אישוס.
סאשעל ווארק
212-639-7020
סאשעל ווארקערס העלפן פאציענטן, משפחות, און פריינט זיך ספראוון מיט פראבלעמען וואס מאכן זיך ביי קענסער פאציענטן. זיי שטעלן צו אינדיווידועלע קאונסעלינג און סופארט גרופעס דורכאויס די באהאנדלונג און קענען אייך העלפן קאמיוניקירן מיט קינדער און אנדערע פאמיליע מיטגלידער. אונזערע סאשעל ווארקערס קענען אייך אויך רעפערירן צו קאמיוניטי אגענטורן און פראגראמען, ווי אויך פינאנציעלע רעסורסן אויב איר זענט בארעכטיגט.
גייסטיגע קעיר
212-639-5982
אונזערע טשאפלעינס (גייסטיגע קאונסעלארס) זענען גרייט אייך צו אויסהערן, העלפט שטיצן פאמיליע מיטגלידער, דאווענען, זיך פארבינדן מיט קאמיוניטי קלערגי אדער גלויבונג גרופעס, אדער פשוט אייך בארואיגן און געבן האפענונג. יעדער מעג בעטן פאר גייסטיגע שטיצע, אפגעזען פון זייער פארמאלע רעליגיעזע פארבינדונגען.
MSK’ס אינטערפעיט טשאפעל איז נעבן די מעמאריעל שפיטאל’ס הויפט לאבי. עס איז אפען 24 שטונדן א טאג. אויב איר האט אן עמערדזשענסי, רופט 212-639-2000 און בעט פארן טשאפלעין אן קאל.
ווירטועל פראגראמען
www.mskcc.org/vp
MSK’ס ווירטועל פראגראמען שטעלן צו אנליין עדיוקעישאן און שטיצע פאר פאציענטן און קעירגעבערס, אפילו ווען איר קענט נישט קומען צו MSK פערזענליך. דורך לײװ אינטעראַקטיװע סעשאַנס קענט איר זיך לערנען איבער אײער דיאַגנאָז, װאָס צו ערװאַרטן במשך באַהאַנדלונג און װיאַזױ זיך צוגרײטן צו די פאַרשידענע שטאַפּלען אין אײער קענסער קעיר. סעשאַנס זענען קאָנפידענציעל, פרײ פון אָפּצאָל און װערן געפירט דורך קלינישע עקספּערטן. אױב איר זענט פאַראינטערעסירט זיך אָנשליסן אין אַ װירטועלע פּראָגראַם, באַזוכט אונזער װעבסײט אױף www.mskcc.org/vp פאַר מער אינפאָרמאַציע.
פאר מער אנליין אינפארמאציע, באזוכט די קענסער סארט אפטיילונג פון www.mskcc.org
דרויסנ’דע שטיצנדע סערוויסעס
Access-A-Ride
web.mta.info/nyct/paratran/guide.htm
877-337-2017
אין ניו יארק סיטי, טוט די MTA פארשלאגן א מיטגעטיילטע רייד, טיר צו טיר סערוויס פאר מענטשן מיט דיסאביליטיס וועלכע קענען נישט נעמען די פאבליק באס אדער סאבוועי.
Air Charity Network
www.aircharitynetwork.org
877-621-7177
שטעלט צו וועגן צו באהאנדלונג צענטערן.
American Cancer Society (ACS)
www.cancer.org
800-ACS-2345 (800-227-2345)
טוט פארשלאגן אן אויסוואל פון אינפארמאציע און סערוויסעס, אריינגערעכנט הויפ לאדזש, אן אומזיסטע פלאץ פאר פאציענטן און קעירגעבערס צו פארוויילן דורכאויס קענסער באהאנדלונג.
Cancer and Careers
www.cancerandcareers.org
א קוואל פאר עדיוקעישאן, געצייג, און צאמקומען פאר איינגעשטעלטע מיט קענסער.
CancerCare
www.cancercare.org
800-813-4673
275 Seventh Avenue (צווישן West 25th & 26th Streets)
New York, NY 10001
שטעלט צו קאונסעלינג, שטיצע גרופעס, עדיוקעישאנאל ווארקשאפס, אויסגאבעס, און פינאנציאנאלע הילף.
Cancer Support Community
www.cancersupportcommunity.org
שטעלט צו שטיצע און עדיוקעישאן פאר מענטשן וואס זענען אפעקטירט דורך קענסער.
Caregiver Action Network
www.caregiveraction.org
800-896-3650
שטעלט צו עדיוקעישאן און שטיצע פאר מענטשן וועלכע באהאנדלען נאנטע מיט א כראנישע קראנקהייט אדער דיסאביליטי.
Corporate Angel Network
www.corpangelnetwork.org
866-328-1313
טוט פארשלאגן אומזיסטע טרעוויל צו באהאנדלונג איבער’ן לאנד נוצנדיג ליידיגע זיץ פלעצער אויף קארפארעיט דזשעטס.
Gilda’s Club
www.gildasclubnyc.org
212-647-9700
א פלאץ וואו מענטשן וואס לעבן מיט קענסער טרעפן סאציאלע און געפילישע שטיצע דורך נעטווארקינג, ווארקשאפס, לעקציעס, און סאציאלע אקטיוויטעיטן.
Good Days
www.mygooddays.org
877-968-7233
טוט פארשלאגן פינאנציאלע הילף צו צאלן פאר קאופעימענטס בשעת באהאנדלונג. פאציענטן מוזן האבן מעדעצינישע אינשורענס, נאכקומען די אונקאם פאדערונגען, און זיין פריסקרייבד מעדעצינען וואס זענען א טייל פון די גוד דעיס פארמיולארי.
Healthwell Foundation
www.healthwellfoundation.org
800-675-8416
שטעלט צו פינאנציאלע הילף צו דעקן קאופעימענטס, העלט קעיר פרימיומס, און דידאקטעבלס פאר געוויסע מעדעצינען און טעראפיעס.
Joe’s House
www.joeshouse.org
877-563-7468
שטעלט צו א ליסטע פון פלעצער צו פארוויילן נעבן באהאנדלונג צענטערן פאר מענטשן מיט קענסער און זייער פאמיליעס.
LGBT Cancer Project
http://lgbtcancer.com/
שטעלט צו שטיצע און אדװאקאסי פאר די LGBT קאמיוניטי, אריינגערעכנט אנליין שטיצע גרופעס און א דאטאבעיס פון LGBT פריינטליכע קלינישע פראבעס.
LIVESTRONG Fertility
www.livestrong.org/we-can-help/fertility-services
855-744-7777
שטעלט צו רעפראדוקטיווע אינפארמאציע און שטיצע פאר קענסער פאציענטן און איבערלעבערס וועמען’ס מעדעצינישע באהאנדלונגען האבן ריזיקעס פארבינדן מיט אינפערטיליטי.
Look Good Feel Better Program
www.lookgoodfeelbetter.org
800-395-LOOK (800-395-5665)
די פראגראם טוט פארשלאגן ווארקשאפס צו לערנען זאכן וואס איר קענט טוען אייך צו העלפן פילן בעסער איבער אייער אויסזעהן. פאר מער אינפארמאציע אדער זיך צו איינשרייבן פאר א ווארקשאפ, רוף די נומער אויבנדערמאנט אדער באזיכט די פראגראם’ס וועבסייט.
National Cancer Institute
www.cancer.gov
800-4-CANCER (800-422-6237)
National Cancer Legal Services Network
www.nclsn.org
אומזיסטע קענסער לעגאלע אדוואקאסי פראגראם.
National LGBT Cancer Network
www.cancer-network.org
שטעלט צו עדיוקעישאן, טרענינג, און אדװאקאסי פאר LGBT קענסער איבערלעבערס און די וואס האבן א ריזיקע דערפון.
Needy Meds
www.needymeds.org
רעכנט אויס פאציענט הילף פראגראמען פאר ברענד און דזשענעריק נאמען מעדעצינען.
NYRx
www.nyrxplan.com
שטעלט צו פרעסקריפשען בענעפיטן צו בארעכטיגטע איינגעשטעלטע און ריטייעריס פון פאבליק סעקטאר ארבעטסגעבערס אין ניו יארק סטעיט.
Partnership for Prescription Assistance
www.pparx.org
888-477-2669
העלפט בארעכטיגטע פאציענטן אן פרעסקריפשען דראג באדעקונג צו באקומען אומזיסטע אדער ביליגע מעדעצינען.
Patient Access Network Foundation
www.panfoundation.org
866-316-7263
שטעלט צו הילף מיט קאופעימענטס פאר פאציענטן מיט אינשורענס.
Patient Advocate Foundation
www.patientadvocate.org
800-532-5274
שטעלט צו צוטריט צו קעיר, פינאנציאלע הילף, אינשורענס הילף, ארבעט אנהאלטונג הילף, און צוטריט צו די נאציאנאלע אנדער-אינשורד ריסאורס דירעקטארי.
RxHope
www.rxhope.com
877-267-0517
שטעלט צו הילף פאר העלפן מענטשן צו באקומען מעדעצינען וואס זיי האבן שוועריקייטן צו באצאלן.
עדיוקעישינאל ריסאורסעס
די אפטיילונג האט די עדיוקעישינאל ריסאורסעס אויסגערעכנט אין דעם וועגווייזער. זיי וועלן אייך העלפן זיך גרייטן פאר אייער אפעראציע און זיך אויסהיילן נאך די אפעראציע.
ווען איר ליינט אדורך די ריסאורסעס, שרייבט אראפ סיי וועלכע פראגעס וואס איר ווילט פרעגן אייער העלטקעיר פראוויידער.
- Advance Care Planning
- Common Medications Containing Aspirin, Other Nonsteroidal Anti-inflammatory Drugs (NSAIDs), or Vitamin E
- Herbal Remedies and Cancer Treatment
- How to Be a Health Care Agent
- How to Enroll in MyMSK: Memorial Sloan Kettering's Patient Portal
- How To Use Your Incentive Spirometer
- Frequently Asked Questions About the MyMSK Goals to Discharge Checklist
- Patient-Controlled Analgesia (PCA)
- Staying Active Before and After Surgery for Pediatric Patients